Romans 9
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'9

ט איך זאָג דעם אֶמת אין רֶבּי מלך המָשיחַ, איך זאָג קיין נישט שקר; מיין מַצְפון זאָגט מיר עדות דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, 2 אַז מיין טרויער איז גרויס און דער ווייטאָק אין מיין לֵב אָן אַן אויפהער. 3 איך וואָלט געוואָלט זיין אין חֵרֶם פוּן מָשִיח פאַר מיינע אחים, מיינע קרוֹבים, לויט דעם פלייש, 4 וועלכע זענען בּני-יִשׂרָאל, וועמען עס געהערט דאָס מַעֲמַד הַבָּנִים (רעכט פון בְּנָיוּת, זען גלט' 6-4:5), און דער כָּבוד, און הַבְּרִיתוֹת, און מַתּן-תּוֹרה, און די עבודת הקודש, און די דברי הַבְטָחוֹת; 5 וואָס צוּ זיי געהערן די אָבות, און פוּן וועמען לויטן דעם פלייש סע שטאַמט רֶבּי מלך המָשיח, וואָס איז איבּער אַלצדינג, אֵ-ל מְבֹרָךְ לְעוֹלָמים. אָמֵן [זען פלח אין דניאל 3:18; 14-7:13, פלח, צו טאָן יראת הכּבוד צו ג-טהייט, וואָס איז משיח בַּר אֱנָש, נאָר וואָס איז נישט אַן אֱלִיל]. 6 אָבּער דאָס מיינט נישט, אַז דאָס דָּבָר ה' איז צונישט געוואָרן. מחמת זיי זענען נישט אלע יִשׂרָאל, וואָס זענען פוּן יִשׂרָאל [זען רומ' 29-2:28], 7 אויך נישט, ווייל זיי שטאַמען פון אברהם זענען אלע קינדער; נייערט: בְיִצְחָק יִקָרֵא לְךָ זָרַע [בראשית 21:12]. 8 דאָס הייסט : נישט די יְלָדים פוּן דעם פלייש זענען קינדער פוּן ה', נייערט די קינדער פוּן דער הַבטָחה [זען בראשית 18:10; רומ' 9:11; גלט' 5:1-4:21] ווערן פאַררעכנט פאַר דעם זֶרַע. 9 מחמת דאָס איז דאָס דָּבָר פוּן דער הַבטָחה : צוּ דער דאָזיקער צייט וועל איך קוּמען, און שָׂרה וועט האָבּן אַ זוּן [בּראשית 18:14]. 10 און נישט נאָר דאָס אַליין, נייערט אויך רִבקָה, ווען זי איז מעובּרת געוואָרן פוּן איינעם, יִצחָק אָבִינו, 11 איידער זיי זענען נאָך געבּוירן געוואָרן און האָבּן נאָך נישט געהאַט געטאָן קיין טוֹב אָדער רעַ - כּדי די תָכְנִית ה' לויט דער בּחִירה [אויסדערוויילן] זאָל בּאַ-שטיין, נישט דורך תּלוּת בּמַעשׂים [אָפּהענגיקייט אויף חומרא מעשים-גערעכטיקייט, זען רומ' 4:6], נייערט דוּרך אים, וואָס טוּט בּאַרוּפן, 12 און עס איז צוּ איר געזאָגט געוואָרן: דער עלטערער וועט דינען דאָס ייִנגערן [בראשית 25:23]. 13 אַזוֹיווי סע שטייט געשריבּן: יַעקֹבן האָבּ איך ליבּ געהאַט, און עֵשָון האָבּ איך פיינט געהאַט [מלאכי 3-1:2]. 14 וואָס זשע זאָלן מיר זאָגן? איז פאַראַן אוּמרעכט בּיי חַ'? חס וְשָלוֹם! 15 מחמת ער זאָגט צוּ מֹשה [רבינו] : איך וועל מיך דערבּאַרעמען אויף וועמען איך רערבּאַרעם מיך, און איך וועל רחמָנות האָבּן אויף וועמען איך האָבּ רחמָנות [שמוֹת 33:19]. 16 דערפאר איז עס [ה'ס אויסדערוויילן צו ישועת אלוקינו] נישט אָפּהענגיק אויף דעם, וואָס וויל, אויך נישט אין דעם, וואָס לויפט [זען יוהנן 1:13], נייערט אויף ה', וואָס האָט רחמָנות. 17 מחמת דער פָּסוק זאָגט צוּ פַּרעֹהן : פוּנוועגן אָט דער דאָזיקער סִיבּה האָבּ איך דיך אויפשטעלט, כּדי איך זאָל אין דיר בּאַווייזן מיין כֹּחַ, און כּדי מיין נאָמען זאָל בּאַקאַנט ווערן אויף דער גאַנצער ערד [שמוֹת 9:16]. 18 דערפאר האָט ער רחמָנות אויף וועמען ער וויל, און וועמען ער וויל - פאַרהאַרטעוועט ער. 19 דוּ וועסט דערפאר זאָגן צוּ מיר : טאָ פאַרוואָס בּאַשולדיקט ער נאָך [זען דניאל 4:35, דאָס קשיא הייסט: ווען ה' פארהארטעוועט א הארץ וואָס איז שוין א הארץ פון קשה, ער טוט נישט האבן די רעכט!]? וואָרעם ווער קען אנטקעגנשטעלן קעגן רָצון ה'? 20 אָבּער, ווער בּיסטוּ, אָ בן אדם, וואָס האָסט אַ טענה קעגן ה'? זאָל די געשאַפענע זאָך זאָגן צוּ דעם, וואָס האָט זי געשאַפן : פאַרוואָס האָסטוּ מיך אַזוי געמאַכט [זען ישעיהו 45:9]? 21 אָדער, צי האָט נישט דער טעפּער קיין רעכט איבּער דעם ליים, צוּ מאַכן פוּן דעם זעלבּן מאַסע איין כֵּלי צוּ כָּבוד, און אַן אַנדערע צוּ אוּמכָּבוד? 22 און וואָס, אויבּ ה', ווען ער האָט געוואָלט ווייזן זיין זַעַם, און בּאַקאַנט מאַכן זיין קראַפט, האָט מיט אַ סַך סבלנות פאַרטראָגן כֵּלים פוּן זַעַם [זען רומ' 1:18], וואָס זענען צוגעגרייט געוואָרן צום הֶרֶס; 23 און כּדי ער זאָל בּאַקאַנט מאַכן די עַשִירות פוּן זיין כָּבוד איבּער כֵּלים פוּן רַחמָנות, וואָס ער האָט פוּן פריער אָנגעבּרייט צוּ כָּבוד [זען רומ' 30-8:29], 24 נעמלעך אוּנדז, וועמען ער האָט בּאַרוּפן, נישט נאָר פוּן די ייִדן אַליין, נייערט אויך פוּן די אוּמוֹת? 25 ווי ער טוּט אויך זאָגן אין הוֹשע : איך וועל רוּפן דאָס מיין עם, וואָס איז נישט געווען מיין עם, און געליבּטע, וואָס איז נישט געווען געליבּט. 26 און סע וועט זיין, אַז אין דעם אָרט, וואוּ עס איז צוּ זיי געזאָגט געוואָרן : איר זענט נישט מיין עם, וועלן זיי גערוּפן ווערן יְלָדים פוּן דעם אלוקים חיים [הוֹשע (23)2:25; (1:10)2:1]. 27 און ישעיהו רוּפט פוּנוועגן יִשׂרָאל : אויבּ די צאָל פוּן די בּנֵי-יִשׂרָאל זאָל זיין ווי דאָס זאַמד פוּן יַם, וועט נאָר אַן איבּערבּלייַבּוּנג געראַטעוועט ווערן. 28 מחמת אַ פאַרלענדעניש און אַ גזַר וועט ה' מאַכן איבּער דער ערד [ישעיהו 23-10:22]. 29 און ווי ישעיהו האָט פריער געזאָגט: לולֵי ה' צְבָאוֹת הוֹתִיר לָנו שָרִיד כִמְעָט כִסְדֹם הָיִינו לַעֲמֹרָה דָמִינו [ישעיהו 1:9]. 30 וואָס זשע זאָלן מיר זאָגן? אַז די אוּמות-הַעוֹלם, וואָס זענען נישט נאָכגעגאַנגען נאָך קיין צדקות, האָבּן דערגרייכט צדקות, דאָס הייסט, די צדקות, וואָס קוּמט פוּן אֶמוּנה [זען בראשית 15:6; חבקוק 2:4]; 31 און יִשׂרָאל, וואָס איז נאָכגעגאַנגען נאָך דער צדקות פוּן דער תּוֹרה [זען גלט' 13-3:12], האָט נישט דערגרייכט יענע תּוֹרה. 32 פאַרוואָס? מחמת זיי האָבּן זי נישט געזוכט דוּרך אֶמוּנה, נייערט דוּרך תְּלוּת בְּמַעֲשֵׂי הַתּוֹרה [אָפּהענגיקייט אויף חומרא מעשים-גערעכטיקייט, זען רומ' 3:20,28; 4:2,6; 12-9:11]. זיי האָבּן זיך געשטרויכלט אין דעם אֶבֶן-נֶגֶף, 33 אַזוי ווי סע שטייט געשריבּן : הִנֵּה, איך לייג אין צִיוֹן אַן אבן נגף, אַ שטיין פוּן שטרויכל, און אַ פעלז פוּן ערגערוּנג; און דער, וואָס גלויבּט אין אים, וועט נישט פארשעמט ווערן [ישעיהו 8:14; 28:16].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 8
Top of Page
Top of Page