Romans 8
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'8

ח עס איז דעריבּער נישטאָ איצט קיין אורטל פון פארמִשפֶּטוּנג לְאַחַר הַרשָעָה [פארמִשפֶּטוּנג, זען רומ' 5:16; מתי 27:3] פאַר די, וואָס זענען אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע [זען ישעיהו 12-53:4; זען מהש 21:20; זען יהודים אין משיח 1:1-13:25]. 2 ווייל די תּוֹרה פוּן דעם רוּחַ-הַחַיים [זען יחזקאל 27-36:26; ירמיהו ;(34-31)33-31:30; התג' 3:20] אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע האָט מיך בּאַפרייט פוּן דעם געזען פוּן [נהג קנעכט] חטא [קדמון] און מָוֶּת [זען רומ' 6:23; 5:12]. 3 מחמת וואָס די תּוֹרה האָט נישט געקענט טאָן, ווייל זי איז געווען שוואַך דוּרך דעם [דעם עלטן מענטשן, אפס' 4:22] פלייש [זען רומ' 24-7:14], האָט ה' געטאָן, שיקנדיק זיין אייגענעם זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבערשטער] אין דער געשטאַלט פוּן זינדיקן פלייש און צו זיין קָרְבָּן עַל חֵטְא [זען ישעיהו 53:10 אָשָם], האָט ער פאַרמִשפּט די חטא אין דעם פלייש, 4 כּדי די צדקות פון דער תּוֹרה [מלא חֻקַּת התּוֹרָה, זען רומ' 1:32; ישעיהו 53:11 מיט תורהס פאָדערונג פון עונש מות פאר זינד, מיט שביעת (זען שבע פון ישעיהו 53:11) פאר די פאָדערונג אין מות משיח, זען תורהס פאָדערונג זען רומ' 1:18; שמות 21-20:1; דברים 21-5:6 ; שמות 32:28; ויקרא 16-24:10; דברים 21-21:18; במדבר 36-15:32; בראשית 9:6; דברים 22-22:13; ויקרא 20:13; דברים 24-22:23; ויקרא 20:10; יהושוע 26-7:1; במדבר 13:1; 37-14:36; במדבר 33-16:1] זאָל מקוּים ווערן אין אוּנדז, וועמענס הלכה איז נישט לויט דעם פלייש [רומ' 7:18; 8:13], נייערט לויט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 5 וואָרעם די, וואָס לעבּן לויט דעם פלייש, טראַכטן וועגן די זאַכן פוּן דעם פלייש; אָבּער די, וואָס לעבּן לויט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, טראכטן וועגן די זאַכן פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 6 וואָרעם דאָס טראַכטן פוּן דעם פלייש [פון דעם עלטן מענטשן, אפס' 4:22] איז מָוֶת, אָבּער דאָס טראַכטן פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש איז חַיים און שָלום, 7 ווייל דאָס טראַכטן פוּן דעם פלייש איז שִׂנאה קעגן ה', ווייל עס אוּנטערטעניק זיך נישט צו דער תּוֹרה פוּן ה', און עס קען אויך טאַקע נישט. 8 און די, וואָס לעבּן לוֹיט דעם פלייש, קענען נישט געפעלן ה'. 9 אָבּער איר לעבט נישט לויט דעם פלייש, נייערט לויט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, אויבּ דער רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן ה' וואונט אָמֵן אין אייך. אָבּער איובּ עמיצער האָט נישט דעם גייסט פוּן מָשִיחַ [זען מהש 16:7], דער געהערט נישט צוּ משיח. 10 און אויבּ מָשיחַ איז יאָ אין אייך [זען התג' 3:20], איז דער גוּף טויט צוּליבּ זינד [רומ' 5:12], אָבּער דער רוח הקודש איז חַיים פאר איר צוּליבּ צדקות [זען רומ' 5:18]. 11 און אויבּ דער רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן אים [ה'], וואָס האָט יהושע/ישוע מחַיֵה-מֵתים געווען, וואוינט אין אייך, וועט דער, וואָס האָט מחַיֵה-מֵתים געווען רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אויך לעבּעדיק מאָכן אייערע שטאערבּלעכע בּשׂר [זען תהלים 10-16:9; איוב 26-19:25; דניאל 12:2] דוּרך זיין רוּחַ הַקוֹדֶש, וואָס וואוינט אין אייך. 12 דערפאר, אחים במשיח, מיר זענען נישט בעלי חוב צום דעם פלייש, צוּ לעבּן לויט דעם פלייש; 13 מחמת אויבּ איר לעבּט לויט דעם פלייש, מוּזט איר שטאַרבּן. אויבּ אָבּער איר וועט דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש אָפּטייטן די מַעשׂים פוּן דעם בָּשָׂר [זען קול' 3:5], וועט איר לעבּן. 14 מחמת אלע, וואָס ווערן געפירט פון דעם רוּחַ אלקים, זענען יְלָדים פוּן ה'. 15 ווייל איר האָט נישט בּאַקומען דעם גייסט פוּן קנעכטשאַפט ווידער מורא צוּ האָבּן, נייער איר האָט בּאַקומען דעם רוח פוּן בְּנָיוּת פון אימוּץ [אָננעמען, זען רומ' 9:4; גלט' 4:5; אפס' 4:5] דוּרך וועלכן מיר רוּפן: אַבָּא, אלוקים הָאָב ! 16 דער רוּחַ הַקוֹדֶש אַליין זאָגט עֵדות מיט אוּנדזער [רוּחַ חֲדָשָה] גייסט, אַז מיר זענען יְלָדים פוּן ה'. 17 און אויבּ יְלָדים, זענען מיר אויך יורשים, יורשים פוּן ה', מיטיורשים פון רבי מֵלך המָשיחַ; אויבּ מיר ליידן יסורים מיט אים, כּדי מיר זאָלן אויך מיט אים פאַרהערלעכט ווערן. 18 מחמת איך האַלט, אַז די ליידן פוּן דער הייַנטיקער צייט זענען נישט ווערט פאַרגלייַכט צוּ ווערן מיט דעם כָּבוד, וואָס וועט אַנטפּלעקט ווערן צו אונדז. 19 מחמת די ערנסטע דערוואַרטוּנג פוּן דעם בּאַשאַפונג וואַרטעט אויף דער הִתְגַּלּוּת פוּן די יְלָדים פוּן ה'. 20 מחמת דער בּאַשאַפונג איז אוּנטערטעניק געוואָרן דער צו הֶבֶל, נישט פוּן זיין אייגענעם ווילן, נייערט דוּרך אים [ה', זען בראשית 3:17], וואָס האָט זי אוּנטערטעניק געמאַכט, אין דער תִּקְוָה, 21 אַז אויך דער בּאַשאַפונג אַליין וועט אויסגעלייזט ווערן פוּן דער קנעכטשאַפט פוּן פאַרדאַרבּוּנג, צוּ דער פרייַהייט [זען ישעיהו 61:1] פוּן דעם כָּבוד פוּן דער יְלָדים פון ה'. 22 ווייל מיר ווייסן, אַז דער גאַנצע בּאַשאַפונג געשריגן מיט גניחות און האָט חֶבְלֵי לֵדָה בּיז איצט. 23 און נישט נאָר דאָס, נאָר מיר אַליין, וואָס האָבּן די בִּיכּוּרים פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, אויך מיר זיפצן אין זיך, וואַרטנדיק אויף אוּנדזער אָנגענוּמענע קינדער, נעמלעך, דער פּדוּת גְּוִיָּתֵנוּ [זען בראשית 47:18]. 24 מחמת אין דער דאָזיקער תִּקְוָה זענען מיר געראַטעוועט געוואָרן. אָבּער אַ תִּקְוָה, וואָס מען זעט, איז נישט קיין תִּקְוָה; ווייל ווער האָפט אויף דעם, וואָס ער זעט? 25 אויבּ אָבּער מיר האָפן אויף דעם, וואָס מיר זעען נישט, יעמאָלט וואַרטן מיר דערויף מיט סבלנות. 26 און אויף אַזאַ אוֹפן קומט אוּנדז אויך דער רוּחַ הַקוֹדֶש צו הילף אין אוּנדזער שוואַכקייט [זען רומ' 5:6]; ווייל מיר ווייסן נישט ווי אַזוי מיר וועלן דאוונען , אָבּער דער רוּחַ הַקוֹדֶש אַליין [מהש 2:4] איז אַ מליץ יושר וואס איז זיך משתדל פאַר אוּנדז מיט חֶבְלֵי לֵדָה גניחות, לא דבר מוּבָן [קורא 14:14]. 27 און דער [זען התג' 2:23, זען פגע, ישעיהו 53:12], וואָס פאָרשט די לבֵ, ווייסט וואָס עס איז די מַחשָבה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, ווייל ער איז זיך משתדל פאַר די קדוֹשִים, לויט דעם רָצון ה'. 28 און מיר ווייסן, אַז אַלצדינג טוּט ווירקן צוּם גוּטן פאַר די, וואָס האָבּן ליבּ ה', פאַר די, וואָס זענען בּאַרוּפן לויט זיין תָּכְנית [זען רומ' 9:11]. 29 ווייל וועמען ער האָט פוּן פריער געקענט, זיי האָט ער פון פריער בּאַשטימט צוּ זיין ענלעך צוּ דעם בּילד פוּן זיין זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], אַז ער זאָל זיין דער בּכוֹר צווישן אַחִים רבּים. 30 און וועמען ער האָט פאָרויסבּאַשטימט, זיי האָט ער אויך בּאַרוּפן; און וועמען ער האָט בּאַרוּפן, זיי האָט ער אויך גערעכטפאַרטיקט; און וועמען ער האָט גערעכטפאַרטיקט, די דאָזיקע האָט ער אויך פאַרהערלעכט. 31 וואָס זשע זאָלן מיר זאָגן צוּ דעם? אויבּ ה' איז פאַר אוּנדז, ווער קען זיין קעגן אוּנדז? 32 ער, וואָס האָט נישט געשוינט זיין אייגענעם זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], נאָר אים געגעבּן פאַר אוּנדז אלעמען, וויאַזוי זשע זאָל ער נישט מיט אים אוּנדז אַלץ געבּן פריי [זען רומ' 4:13 ;17-8:12]? 33 ווער וועט מיט עפּעס פאַרקלאָגן אויסדערוויילטע פון ה'? עס איז ה', וואָס רעכטפערטיקט; 34 ווער איז דער, וואָס פאַרמִשפּט [זען רומ' 8:1]? עס איז רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, איז עס וועלכער איז געשטאָרבּן, און נאָכמער, ער איז אויפגעשטאַנען תּחִיַת-הַמֵתים [זען מהש 9:4], וועלכער איז בּיי דער רעכטער האַנט פוּן ה', און איז זיך אויך משתדל פאַר אוּנדז. 35 ווער וועט אוּנדז אָפּשיידן פוּן דער אַהֲבַה פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ? זאָלן צָרות, אָדער מְצוּקָה, אָדער רדיפוֹת, אָדער רָעָב, אָדער עֵירֹם, אָדער סַכָּנה, אָדער חֶרֶב? 36 אַזוֹיווי סע שטייט געשריבּן : כִּי־עָלֶיךָ הֹרַגְנוּ כָל־הַיוֹם, נֶחְשַבְנוּ כְצֹאן טִבְחָה. [תהלים 44:23]. 37 אָבּער אין דעם אַלעם זענען מיר נאָך מער ווי בעלי-נִצחון דוּרך אים, וואָס האָט אוּנדז ליבּ געהאַט. 38 מחמת איך בּין בּטוּחַ, אַז נישט דער טויט, נישט דאָס חיּים, נישט מַלאָכים, און נישט מֶמשָלות, נישט פאַראַנענע זאַכן, נישט זאַכן, וואָס וועלן זיין, נישט גבוּרות, 39 נישט הייך, נישט טיף, אויך נישט קיין אַנדער בּאַשאַף, וועט אוּנדז קענען אָפּשיידן פוּן דער אַהֲבַת ה', וואָס איז אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אֲדוֹנֵנוּ.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 7
Top of Page
Top of Page