Romans 7
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'7

ז אָדער וויסט איר נישט, אחים במשיח -- וואָרעם איך דער צוּ מענטשן, וואָס קענען די תּוֹרה [זען מהש 21:20] -- אַז די תּוֹרה הערשט איבּער אַ מענטשן כל זמן ער לעבּט [זען גלט' 2:19]? 2 וואָרעם די עֲגוּנָה איז געבּוּנדן מן-התורה צוּ דעם מאַן בּיים לעבּן ; אויבּ אָבּער דער טויט פון דער מענטש קענען זיין באשטעטיקט, איז זי נפטר פוּן דעם תּוֹרַת הַבָּעַל. 3 דערפאר, אויבּ זי בּאַהעפט זיך מיט אַן אַנדערן מאַן, ווען איר מאַן לעבּט, וועט זי אָנגערוּפן ווערן אַ נוֹאֵפֶת; אָבּער אויבּ דער מאַן שטאַרבּט, איז זי נפטר פוּן דעם תּוֹרה, אַזוי, אַז זי איז נישט קיין נוֹאֵפֶת; הַגַם זי בּאַהעפט זיך מיט אַן אַנדערן מאַן [זען רומ' 4-8:3 און פארגלייכן ירמיהו (34-31)33-31:30 חתונה פון קהִלָּה צו משיח און חתונה פון קהִלָּה צו מענטשן בכל חומר הדין און פעלנדיק דער רוח הקודש און טויט אין עבירות און חטאים]. 4 דערפאר, מיינע אַחִים במשיח, אויך איר זענט געוואָרן נפטר צו דער תּוֹרה דוּרך דעם גוף פוּן מָשיחַ [זען רומ' 4-6:1; 4-8:3], אַז איר זאָלט געהערן צוּ אַן אַנדערן, צוּ אים, וואָס איז אויפגעשטאַנען תּחִיַת-המֵתים, כדֵי מיר זאָלן בּרענגען פֵּירות פאַר ה'. 5 מחמת ווען מיר זענען געווען אין דעם פלייש [זען רומ' 8:9], האָבּן די זינדיקע תַּאוות, וואָס טוּט ווירקן דוּרך דער תּוֹרה [זען רומ' 13-7:7] אין אוּנדזערע אֵברים און אַרויסצוּבּרענגען פֵּירות פאַר דעם מָוֶת [זען רומ' 24-7:13]. 6 אָבּער איצט זענען מיר נפטר פוּן דער תּוֹרה, ווייל מיר זענען נִפְטָר פוּן דעם, צוּ וואָס מיר זענען געווען געבּוּנדען, אַזוי, אַז מיר דינען ה' אין דער חדשוּת פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און נישט אין דער אַלטקייט פוּן דעם כל חֹמר הַדִּין [זען רומ' 2:29; קורב 3:6] . 7 דערפאר, וואָס זשע זאָלן מיר זאָגן? אַז די תּוֹרה איז זינד? חס ושלום! דאָך איך וואָלט נישט געקענט קיין עבירה, אחוץ דוּרך דער תּוֹרה; מחמת איך וואָלט נישט געוואוּסט פוּן קיין גלוּסטיקייט, ווען די תּוֹרה וואָלט נישט געזאָגט : לֹא תַחְמֹד [שמות (17)20:14; דברים (21)5:18]. 8 אָבּער די זינד [רומ' 18-7:17], געפינענדיק אַ געלעגנהייט דורך דעם מצוה האָט געווירקט אין מיר יעדע גלוּסטיקייטן; מחמת אָן דער תּוֹרה איז די עבירה טויט [זען רומ' 4:15]. 9 און אֲנִי הָיִיתִי חַי אָן דער תּוֹרה, אָבּער ווען דאָס מצוה [זען בראשית 2:17] איז געקוּמען, האָט די עבירה אויפגעלעבּט, און איך בּין געשטאָרבּן [זען רומ' 5:12]; 10 און דאָס מצוה, וואָס האָט געזאָלט זיין צוּם חיים [זען ויקרא 18:5], האָבּ איך געפוּנען, איז פאַר מיר דער מָוֶת. 11 מחמת די זינד, ווען זי האָט געפוּנען אַ געלעגנהייט אין דער מצוה [זען בראשית 2:17; 6-3:1], האָט מיך פארפירט, און דאדוּרך מיך געטייט [זען בראשית 3:13; רומ' 7:8; אפס' 4:22; יהודים אין משיח 3:13; ירמיהו 17:9; זען רומ' 5:12 און נאַטירלעך קנעכטשאפט צו חטא קדמון און טויט]. 12 די תּוֹרה איז קְדוֹשָה, און דאָס מצוה איז קְדוֹשָה, און יְשָרָה, און טוֹבָה. 13 צי איז דען דאָס, וואָס איז טוֹבָה, געוואָרן פאַר מיר מָוֶת? חס ושלום! נייערט די זינד [רומ' 18-7:17], כּדי זי זאָל קענען אַנטפּלעקט ווערן אלס זינד, האָט אין מיר געווירקט דעם מָוֶת דוּרך דעם טוֹבָה, כדֵי דוּרך דעם מצוה זאָל זיך ארויסווייזן ווי זער זינדיק חטא קדמון איז. 14 מחמת מיר ווייסן, אַז די תּוֹרה איז רוּחנִיות, אָבּער איך בּין גשמיותדיק, פאַרקויפט [אַלס קנעכט] אוּנטער [נוגש-קנעכט] חטא קדמון [זען רומ' 3:9; דער מאַכט פון חטא קדמון, נאַטירלעך קנעכטשאפט צו נוגש-קנעכט זינד, זען תהלים 51:7; איוב 14:4; קהלת 7:29; רומ' 19-5:12; תהלים 143:2; יוחא 1:8,10; קורא 15:22; ישעיהו 53:6; ירמיהו 17:9]. 15 מחמת דאָס, וואָס איך טוּ, פאַרשטיי איך נישט; מחמת נישט וואָס איך וויל, דאָס טוּ איך, נייערט וואָס איך האָבּ פיינט, דאָס טוּ איך. 16 אויבּ אָבּער וואָס איך וויל נישט, דאָס טוּ איך, בּין איך מוֹדה, אַז די תּוֹרה איז טוֹבָה. און איצט בּין איך עס מער נישט, וואָס טוּ דאָס, נייערט די חטא [קדמון, זען בראשית 3:13; ירמיהו 17:9; תהלים (5)51:7], וואָס וואוינט אין מיר. 18 מחמת איך ווייס, אַז אין מיר, דאָס הייסט, אין מיין פלייש [זען דעם עלטן מענטשן וועמענס רעשטן ביסט נאָך אין די מאמין דאָס זייט פון כבוד (רומ' 8:30) און וואָס טוט מצער דעם רוח הקודש און מוזן זיין שטעלן צו טויט טעגלעך, אפס' 4:22; קורא 9:27; רומ' 8:13; לוקס 9:23], וואוינט נישט קיין שום גוּסט [זען גלט' 5:17], ווייל בּיי מיר איז פאַראַן דער רצון, אָבּער צוּ טאָן, וואָס איז גוּט, איז נישטאָ. 19 מחמת דאָס גוּטע, וואָס איך וויל, טוּ איך נישט; נייערט דאָס בּייזע, וואָס איך וויל נישט, דאָס טוּ איך יאָ [זען רומ' 7:15; ירמיהו 17:9]. 20 על-כּן, אויבּ איך טוּ דאָס, וואָס איך וויל נישט, איז דאָס מער נישט איך, וואָס טוּ עס, נייערט די חֵטא [קַדמון, זען בראשית 3:13; קהלת 7:29; ישעיהו 53:6; טיט' 3:3], וואָס וואוינט אין מיר. 21 איך געפין דערפאר דעם [חֵטְא קדמוֹן יצר הרע] געזעץ, אַז אין מיר, וואָס וויל טאָן דאָס גוּטע, איז פאַראַן דאָס בּייזע. 22 מחמת איך פריי מיך אין דער תּוֹרה פוּן ה' לויט דעם אינעווייֵניקסטן מענטשן [זען אפס' 3:16]; 23 איך זע אָבּער אין מיינע אֵברים אַן אַנדער געזעץ מִלחָמה האַלטן קעגן דעם תּוֹרה פוּן מיין בִּינָה, און וואָס טוּט מיך בּרענגען אין געפאַנגענשאַפט אוּנטער דעם געזעץ פוּן דער חטא [קַדמון יצר הרע, זען רומ' 8:2], וואָס איז אין מיינע אֵברים. 24 אָ, איך עלנטער מענטש! ווער וועט מיך מַציל זיין פוּן דעם גוּף פוּן דעם דאָזיקן מָוֶת? 25 איך זאָג ברוך ה' דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אֲדוֹנֵנוּ ! און דערפאר, טוּ איך פוּן מיר אַליין דינען די תּוֹרה פוּן ה' מיט מיין פאַרשטאַנד, אָבּער מיט דעם פלייש [דעם עלטן מענטשן -- זען אפס' 4:22 -- וועמענס געזעץ חומרא אָן התחדשות דרוך דער רוח הקודש -- זען רומ' 8:13 -- איז אוממעגלעך אחוץ פאר יהודים אין משיח ווי די אין מהש 21:20], דאָס געזעץ פוּן [נוגש-קנעכט] חטא [קדמון, זען רומ' 6:23; 8:2].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 6
Top of Page
Top of Page