Romans 6
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'6

ו על-כּן, וואָס זאָלן מיר זאָגן? זאָלן מיר פאַרבּלייַבּן אין דער זינד, כּדי דער חֶסֶד זאָל זיך פאַרמערן [זען רומ' 3:8; 6:15]? 2 חס ושלום! וויאַזוי וועלן מיר, וואָס זענען געשטאָרבּן צוּ דער [נוגש-קנעכט] זינד [זען רומ' 3:9; 8:13; 6:7], נאָך לעבּן אין איר? 3 אָדער ווייסט איר נישט, אַז מיר אלע, וואָס זענען מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן צום משיחַ יהושע/ישוע זענען מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן אין משיחס הסתלקות, [רומ' 6:7; קול' 3:3; יוח' 3:3; גלט' 2:20]? 4 מיר זענען דעריבּער בּאַגראָבּן [נקבּר, זען משיחס קבר ישעיהו 53:9] געוואָרן מיט משיח דוּרך דער מקוה מים טבִילה צום מָוֶת, בִּכדֵי, ווי מָשיחַ איז אויפגעוועקט געוואָרן פוּן די טויטע דוּרך דעם כָּבוד פוּן אלוקים הָאָב, אַזוי זאָלן אויך מיר גיין אין דעם הֲלָכָה פון חיים חדשים. 5 וואָרעם אויבּ מיר זענען צוזאַמען געפלאַנצט געוואָרן מיט אים אין דער ענלעכקייט פוּן זיין מָוֶת, זיין הסתלקות [זען רומ' 8:13], וועלן מיר אויך זיין אין דער ענלעכקייט פוּן זיין תּחִיַת-הַמֵתים. 6 וואָרעם מיר ווייסן, אַז אוּנדזער אָדָם יָשָן [זען אפס' 4:22; קול' 3:9] איז מיט אים תלוי על העץ, אויפהענגען על-דער בּוֹים [לוקס 43-23:40] געוואָרן, כּדי סע זאָל פארניכטעט ווערן דער גופה פוּן זינד, און מיר זאָלן מער נישט זיין אין קנעכטשאַפט צוּ דער [נוגש-קנעכט] זינד [רומ' 6:2]. 7 ווייל דער, וואָס איז נִפְטָר איז באפרייט פון [נוגש-קנעכט] זינד. 8 אויבּ אָבּער מיר זענען נִפְטָר מיט רבי מֵלך המָשיחַ, גלויבּן מיר, אַז מיר וועלן אויך לעבּן מיט אים. 9 מחמת מיר ווייסן, אַז אַזוי ווי רֶבּי מלך המָשיחַ איז אויפגעשטאַנען תּחִיַת-המֵתים, טוּט ער מער נישט שטאַרבּן; מָוֶת האָט מער נישט קיין שלִיטה איבּער אים. 10 וואָרעם שטאַרבּנדיק, איז ער געשטאָרבּן צו דער זינד מיט זיין טויט [זען ישעיהו 53:8] איינמאָל פאר אלעמאָל; אָבּער לעבּנדיק, דאָס חיים [זען ישעיהו 12-53:10], וואָס ער לעבּט, לעבּט ער צוּ ה'. 11 אַזוי זאָלט איר זיך אויך בּאַטראַכטן צוּ זיין טויט צוּ דער [נוגש-קנעכט] זינד, אָבּער לעבּעדיק צוּ ה' אין מָשיחַ יהושע/ישוע אדונינו. 12 זאָל זשע די [נוגש-קנעכט] זינד נישט קעניגן אין אייער שטאַרבּלעכן קערפּער צוּ געהאָרכן זיינע תַּאוות [זען רומ' 5:21]; 13 גיט אויך נישט אָפּ אייערע אֵברים צוּ דער [נוגש-קנעכט] זינד ווי כּלֵי-זַיִן פוּן אוּמגערעכטיקייט, נאָר גיט אייך איבּער צוּ ה', ווי לעבּעדיק פוּן די מתים [זען רומ' 2-12:1], און אייערע אֵברים ווי כּלֵי-זַיִן פוּן צדקות צו ה'. 14 ווייל די [נוגש-קנעכט] זינד וועט נישט האָבּן קיין שלִיטה איבּער אייך, מחמת איר זענט נישט אוּטער כל חומר הדין, נאָר אוּנטער חֶסֶד [זען מהש 21:20 משיחיסטים יידן פון פרומקייט אוּנטער חֶסֶד, פון וועמען רב שאול איז אריינגערעכנט]. 15 וואָס זשע דען? זאָלן מיר זינדיקן [זען רומ' 8-3:5; 2-6:1], ווייל מיר זענען נישט אוּנטער דער תּקופה פון מַתּן-תּוֹרה, נייערט אוּנטער דעם תּקופה פון חֶסֶד [זען רומ' 14-5:13; יוחנן 1:17]? חס ושלום! 16 צי ווייסט איר דען נישט, אַז צוּ וועמען איר גיט זיך איבּער ווי קנעכט צוּ געהאָרכן, זענט איר קנעכט פוּן אים, וועמען איר געהאָרכן, סיי דער [נוגש-קנעכט] זינד צוּם מָוֶת, אָדער פון געהאָרכזאַמקייט צוּ צדקות? 17 אָבּער בָּרוּך ה', אַז אַזוֹיווי איר זענט געווען קנעכט פוּן דער [נוגש-קנעכט] זינד, זענט איר אָבּער געוואָרן געהאָרכזאַם פוּן דעם לֵב צוּ דעם פאָרם פוּן תּוֹרה צוּ וועלכער איר זענט איבּערגעגעבּן געוואָרן. 18 און ווייל איר זענט בּאַפרייט געוואָרן פוּן דער [נוגש-קנעכט] זינד, זענט איר געוואָרן עֲבָדִים צו צדקות [ה']. 19 איך רעד לויט דעם שטייגער פוּן מענטשן, צוּליבּ דער שוואכקייט פוּן אייער פלייש, וואָרעם אַזוֹיווי איר האָט איבּערגעגעבּן אייערע אֵברים פאַר עבדים צוּ דער טוּמאה און פוּן רשעות בּיז רשעות, טאקע אַזוי זאָלט איר איצט איבּערגעבּן אייערע אֵברים ווי עבדים צוּ צדקות בּיז קדוּשה. 20 וואָרעם ווען איר זענט געווען קנעכט פוּן דער [נוגש-קנעכט] זינד זענט איר געווען פריי פוּן צדקות [ה']. 21 על-כּן, וואָסער פרוּכט האָט איר יעמאָלט געהאַט פוּן יענע זאַכן, מיט וועלכע איר שעמט זיך איצט [זען רומ' 2:24-1:29]? ווייל דער סוֹף פוּן יענע זאַכן איז מָוֶת. 22 אָבּער איצט, ווען איר זענט בּאַפרייט געוואָרן פוּן דער [נוגש-קנעכט] זינד און זענט געוואָרן עבדים פוּן ה', האָט איר אייער פֵּירות פוּן קדוּשה, און צוּם סוֹף -- חַיֵּי עוֹלם. 23 מחמת דער לוין פוּן [נוגש-קנעכט] חטא [קדמון] איז דער מָוֶת; אָבּער די מַתָנה פוּן ה' איז חַיֵּי עוֹלם אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אֲדוֹנֵנוּ.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 5
Top of Page
Top of Page