Romans 10
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'10

י אַחִים במשיח, דער בּאַגער פוּן מיין לבֵ, און מיין דאַווענענדיק צוּ ה' פאָר יִשׂרָאל איז תפילה פאר זייער ישועת אלוקינו. 2 וואָרעם איך זאָג זיי אֵדות, אַז זיי זענען קַנָאים פאַר ה', אָבּער פעלנדיק דַּעַת. 3 וואָרעם נישט קענענדיק די צִדְקַת ה' [זען בראשית 15:6; ישעיהו 53:11], און זוּכנדיק אויפצוּשטעלן זייער אייגענע [זיך-דערגרייכט, זען לוקס 18:9; פיל' 3:9; רומ' 2:29; 7:6; קורב 3:6], האָבּן זיי זיך נישט אוּנטערטעניק געמאַכט דער צדקות פוּן ה'. 4 וואָרעם רֶבּי מלך המָשיחַ איז דער תַּכלית פוּן דער תּוֹרה צוּ צדקות פאַר יעדן בן אדם, וואָס גלויבּט. 5 וואָרעם מֹשה [רבינו] שרייבּט איבּער דער צדקות פון דער תּוֹרה, אַז דער בן אדם, וואָס וועט זי טאָן, וועט דוּרך איר לעבּן [זען ויקרא 18:5; זען יוחנן 8:46; מתי 5:17; רומ' 5:18; ישעיהו 53:10; פיל' 10-2:8; ישעיהו 53:6]. 6 אָבּער די צדקות פוּן אֶמוּנה, זאָגט אַזוי: זאָג נישט אין דיין לֵב : ווער וועט אַרויפגיין אין שָמַיִם אַריין? דאָס הייסט, אַראָפּצוּבּרענגען מָשיחַן, 7 אויך נישט : ווער וועט אַראָפּנידערן אין דער תּהוֹם אַריין? דאָס הייסט, אַרויפצוּבּרענגען מָשיחַ פוּן די טויטע. 8 נייערט וואָס זאָגט זי? דאָס דָּבָר איז דיר נאָענט, אין דיין מויל, און אין דיין לבֵ [זען דברים 14-30:12]; דאָס הייסט, דאָס דָּבָר פוּן אֶמוּנה [זען רומ' 3:28; 13-10:3; גלט' 14-3:11], וואָס מיר דרשענען; 9 ווייל אויבּ דוּ וועסט בּאַקענען [מוֹדה] מיט דיין מויל, אַז יהושע/ישוע איז הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ, זען דניאל 3:18; 14-7:13; תהלים 110:1; מלאכי 3:1], און גלויבּן מיט דיין לֵב [זען דברים 6:5], אַז ה' האָט אים מחַיֵה-מֵתים געווען, וועסטוּ געראַטעוועט ווערן [פון זַעַם ה', זען רומ' 1:18]. 10 וואָרעם מיט דעם לֵב גלויבּט מען, כּדי גערעכטפאַרטיקט צוּ ווערן [זען רומ' 5:1; ישעיהו 53:11], און מיט דעם מויל איז מען בּאַקענט [מוֹדה], צוּ ישועת אלוקינו. 11 וואָרעם דער פָּסוק זאָגט: ווער סע גלויבּט אין אים, וועט נישט ווערן צו שאַנד [זען ישעיהו 28:16]. 12 וואָרעם ס'איז נישטאָ קיין חִילוק צווישן ייִד און לֹא-יְהוּדִי; ווייל דער זעלבּער אָדוֹן, מָריָא דכֻלהוֹן, און איז רייך צו אלע, וואָס רוּפן צוּ אים. 13 וואָרעם יעדער איינער, וואָס וועט אָנרוּפן דעם נאָמען פון האדוֹן [זען יואל (2:32)3:5] וועט געראַטעוועט ווערן [פון זַעַם ה', זען רומ' 1:18]. 14 וויאַזוי זשע זאָלן זיי אָנרוּפן אים, אין וועמען זיי האָבּן נישט געגלויבּט? און וויאַזוי זאָלן זיי גלויבּן אין אים, פוּן וועמען זיי האָבּן נישט געהערט? און וויאַזוי זאָלן זיי הערן פעלנדיק אַ בּעל-דַרשָן? 15 און וויאַזוי זאָל מען דרשענען, סיידן דַרשָנִים ווערן געשיקט? אַזוי ווי סע שטייט געשריבּן: ווי שיין זענען די פיס פוּן די, וואָס זענען מבָּשׂר שָלום, וואָס זאָגן אָן גוּטס [זען ישעיהו 52:7]. 16 אָבּער נישט אלע האָבּן זיך צוּגעהערט צוּ דער בּשׂוּרת הגאוּלָה; וואָרעם ישעיהו זאָגט: האַר, ווער האָט געגלויבּט לשמעתנו [זען ישעיהו 53:1]? 17 על-כּן, אֶמוּנה טוּט קוּמען פוּן הערן, און דאָס הערן דוּרך דעם דָּבָר פוּן מָשיחַ. 18 אָבּער איך זאָג : האָבּן זיי דען נישט געהערט? כֵּן, אַווַדאי: זייער קלאַנג איז אַרויסגעגאַנגען איבּער דער כל הָאָרֶץ, און בּיז צו די עקן פון דער בּאַוואויטער וועלט -- זייערע ווערטער [זען תהלים 19:5]. 19 און ווידער פרעג איך : האָט דען יִשׂרָאל נישט געוואוסט? שוֹין מֹשה [רבינו] זאָגט: איך וועל אייך מיט קִנאה מאַכן אייפערן מיט דעם, וואָס איז נישט קיין עַם, מיט אַ נאַריש פאָלק וועל איך אייך דערצערנען [זען דברים 32:21]. 20 און ישעיהו שטאַרקט זיך, און זאָגט: איך בּין געפוּנען געוואָרן פוּן די, וואָס האָבּן מיך נישט געזוּכט; און איך האָבּ מיך אַנטפּלעקט צוּ די, וואָס האָבּן נישט געפרעגט נאָך מיר [זען ישעיהו 65:1]. 21 אָבּער אויף יִשׂרָאל זאָגט ער: דעם כל היוֹם האָבּ איך אויסגעשפּרייט מיינע הענט צוּ אַן אוּמגעהאָרכזאַם און ווידערשפּעניק עַם [זען ישעיהו 65:2].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 9
Top of Page
Top of Page