Romans 11
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'11

יא איך זאָג דערפאר: האָט ה' פאַרוואָרפן זיין עַם? חס ושלום! וואָרעם איך בּין אויך אַ בּן ישׂראֵל, פוּן זֶרַע אַבְרָהָם, פוּן דעם שֵבֶט בִּניָמין. 2 ה' האָט נישט פאַרוואָרפן זיין עַם, וואָס ער האָט געקענט פוּן פריער. צי ווייסט איר נישט, וואָס דער פָּסוק זאָגט וועגן אֵלִיָהוּ? וויאַזוי ער טַענֶהט מיט ה' קעגן ישׂרָאלן : 3 ה', זיי האָבּן געהַרגעט דיינע נבִיאים, זיי האָבּן צעשטערט דיינע מִזבֵּחות, און איך בּין געבּליבּן אַליין, און זיי זוכן מיין נֶפֶש [מלכים א' 17-19:10]. 4 אָבּער וואָס זאָגט צוּ אים דאָס קול פוּן ה'?: איך האָבּ מיר איבּערגעלאָזט 7,000 מענער, וואָס האָבּן נישט בּויגן קני צוּ בַּעַלן [מלכים א 19:18]. 5 דעריבּער אַזוי איז אויך אין דער איצטיקער צייט דאָ אַן איבּערבּלייַבּוּנג לויט דער בּחִירה [אויסוואַל] פוּן חֶסֶד. 6 און אויבּ עס איז דוּרך חֶסֶד, איז עס נישט מער דוּרך [אָפּהענגיקייט אויף] חומרא [זען רומ' 4:4 אומפארשטייעניש פון תּוֹרה מיט זכות פארדינסטן חוּמרא צו משמעות קריגן ישועת אלוקינו]; ווייל חֶסֶד וואָלט דאן נישט מער געווען חֶסֶד. 7 וואָס דען? דאָס, וואָס יִשׂרָאל זוּכט, דאָס האָט ער נישט דערגרייכט; אָבּער די אויסדערוויילטע האָבּן עס יאָ דערגרייכט, און די איבעריקע זענען פאַרהאַרטעוועט געוואָרן; 8 ווי סע שטייט געשריבּן: ה' האָט זיי געגעבּן אַ גייסט פוּן טיפן שלאָף, אויגן, וואָס זאָלן נישט זען, און אויערן, וואָס זאָלן נישט הערן, בּיז אויף דעם היינטיקן טאָג [ישעיהו 29:10; דברים 29:3]. 9 און דָוִד זאָגט: זאָל זייער טיש ווערן פאַר זיי אַ נעץ, און אַ פאַנגמיטל, און אַ שטרויכלונג, און אַ פאַרגעלטונג צו זיי; 10 זאָלן זייערע אויגן פינצטער ווערן, אַז זיי זאָלן נישט זען, און זייער רוקן בּויג אַלעמאָל אַראָפּ [זען תהלים 24-69:23]. 11 איך פרעג דערפאר: האָבּן זיי געטאָן שטרויכלען כּדי זיי זאָלן פאַלן? חס ושלום! נייערט דוּרך זייער איבּערטרעטונג איז די ישוּעת אלוקינו געקוּמען פאַר די אוּמות-הָעוֹלם, כּדי זיי אייפעריק צוּ מאַכן. 12 און אויבּ זייער איבּערטרעטונג איז געוואָרן דאָס עַשִירות פוּן דער וועלט, און זייער הֶיזק דאָס עַשִירות פוּן די אוּמות-הָעוֹלם, וויפל מער זייער פוּלקייט [זען רומ' 11:26]! 13 איך זאָג אָבּער צוּ אייך, וואָס זענט פוּן די אוּמות-הָעוֹלם. בּכֵן, אויף אַזוי ווייט ווי איך בּין אַ שלִיח פוּן די אוּמות-הָעוֹלם, פאַרהערלעך איך מיין עבודת קוֹדֶש, 14 כּדי איך זאָל בכל-אוֹפן אויפוועקן צוּ אייפעריקייט די, וואָס זענען מיין פלייש און בּלוט, און ראַטעווען אַ טייל פוּן זיי. 15 וואָרעם אויבּ דאָס פאַרוואַרפן פוּן זיי [זען פאַרוואַרפן, קורא 9:27] איז די סיבה פאר מאכן שלום מיט דער וועלט [זען ישעיהו 53:5], וואָס וועט שוֹין זייער ווידער-אויפנעמוּנג זיין, אויבּ נישט חיים פוּן די מתים [זען תּקוּמָה מִמָּוֶת, דניאל 12:2]? 16 און אויבּ די תּרוּמַת הָעִסָּה איז קֹדֶש, אַזוי איז אויך דאָס טייג; און אויבּ דער שֹׁרֶשׁ איז קֹדֶש, אַזוי זענען אויך די ענָפים. 17 און אויבּ טייל פוּן די ענָפים זענען אָפּגעבּראָכן געוואָרן, און דוּ, וואָס בּיסט אַ ווילדער אייֵלבּערטבּוים, בּיסט אַרייַנגעזעצט געוואָרן צווישן זיי, און בּיסט געוואָרן מיט זיי אַן אָנטיילנעמער פוּן דעם שֹׁרֶשׁ פון דעם אייֵלבּערטבּוים און זיין פעטקייט, 18 בּאַרים זשע דיך נישט קעגן די ענָפים; אויבּ אָבּער דוּ רימסט דיך, געדענק זשע, אַז נישט דוּ טראָגסט דעם שֹׁרֶשׁ, נייערט דער שֹׁרֶשׁ [פון ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנה, זען מהש 21:20] טראָגט דיך. 19 דוּ וועסט דעריבּער זאָגן : ענָפים זענען אָפּגעבּראָכן געוואָרן, כּדי איך זאָל אַרייַנגעזעצט ווערן. 20 גוט; דוּרך זייער אוּמגלויבּן זענען זיי אָפּגעבּראָכן געוואָרן, און דוּ שטייסט דוּרך גלויבּן [אֶמוּנה]. זיי נישט אַ גַדְלן, נייערט האָבּ מורא [געדענק זַעַם ה', זען רומ' 1:18]. 21 וואָרעם אויבּ ה' האָט נישט געשוינט די נאַטירלעכע ענָפים, וועט ה' אויך דיך נישט שוינען! 22 זע דעריבּער די גוּטסקייט און שטרענגקייט פוּן ה': קעגן די, וואָס זענען געפאַלן, שטרענגקייט, אָבּער אויף דיר, גוּטסקייט פון ה', אויבּ דוּ וועסט בּלייבּן אין גוּטסקייט פון ה'; אויבּ נישט, וועסטוּ אויך אָפּגעהאַקט ווערן [זען יהודים אין משיח 3:6,14]. 23 און יענע, אויבּ זיי וועלן נישט בּלייבּן אין זייער אוּמגלויבּן, וועלן אויך אַרייַנגעזעצט ווערן; וואָרום ה' איז בִּיכוֹלת זיי ווידער אַמאָל אַרייַנצוּזעצן. 24 וואָרעם אויבּ דוּ בּיסט אָפּגעשניטן געוואָרן פוּן אַן אייֵלבּערטבּוים, וואָס איז בּטֶבע ווילד, און בּיסט אַרייַנגעזעצט געוואָרן קעגן דער נאַטוּר אין אַ גוּטן אייֵלבּערטבּוים, אויף וויפל מער וועלן די דאָזיקע אויף אַ נאטירלעכן אופן צוגעזעצט ווערן צו זייער אייגענעם אייֵלבּערטבּוים [פון ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנה, זען מהש 21:20]? 25 וואָרעם איך וויל נישט, אַחִים, פאר איר צו זיין אָן דַעַת פוּן דעם דאָזיקן סוֹד, כּדי איר זאָלט זיך נישט האַלטן פאַר קיין חַכָמים אין אייערע אייגענע אויגן, אַז אַ טיילווייזע פאַרהאַרטוּנג איז געקוּמען אויף יִשׂרָאל, בּיז די פוּלקייט פוּן די אוּמוֹת-העולם וועט אַריינקומען; 26 און אַזוי וועט כל יִשׂרָאֵל ווערן דערלייזט, ווי סע שטייט געשריבּן: סע וועט אַרויסקוּמען פוּן צִיוֹן דער גוֹאֵל, וואָס וועט אָפּווענדן ג-טלאָזיקייט פוּן יַעֹקען; 27 און דאָס וועט זיין מיין בְּרִית מיט זיי, ווען איך וועל אַוועקנעמען זייערע עבירות [תהלים 14:7; ישעיהו 21-59:20; ירמיהו (34-31)33-31:30; מהש 21:20]. 28 וואָס שַייך דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, זענען זיי שׂוֹנאים פוּן אייַערטוועגן [זען רומ' 11:15], אָבּער וואָס שַייך דער בּחִירה, זענען זיי בּאַליבּט פוּנוועגן די אָבות [זען רומ' 4:12; 9:5; דברים 7:8; 10:15]. 29 וואָרעם ה' האָט נישט קיין חרטה אויף זיינע מַתָּנות און דער בּאַרוּפוּנג פוּן ה'. 30 וואָרעם אַזוֹיווי איר זענט אַמאָל געווען אוּמגעהאָרכזאַם צוּ ה', אָבּער איצט האָט איר בּאַקוּמען רחמים דוּרך זייער אוּמגעהאָרכזאַמקייט, 31 אַזוי זענען אויך זיי איצט אוּמגעהאָרכזאַם געוואַרן, כּדי דוּרך די רחמים צו אייך זאָלן זיי איצט אויך דערלאַנגען רחמים. 32 וואָרעם ה' האָט אַלעמען אייַנגעשלאָסן אין אוּמגעהאָרכזאַמקייט, כּדי ה' זאָל זיך דערבּאַרעמען איבּער אַלע. 33 אָ, די טיפקייט פוּן דער עַשִירות, און חָסמה, און וויסן פוּן ה'! ווי אוּמבּאַגרייפלעך זענען זיינע מִשפָּטים, און זיינע דרכים, נישט אויסצוּגעפינען! 34 וואָרעם ווער האָט פאַרשטאַנען די מחשבה פון אֲדֹנָי ? אָדער ווער איז געווען זיין בַּעל-יוֹעץ? אָדער ווער האָט אים עפּעס פריער געגעבּן, און עס זאָל אים צוריקגעגעבּן ווערן [זען ישעיהו 40:13]? 36 אַז אַלע איז פוּן אים, און דוּרך אים, און צו אים. פאַר אים איז דער כָּבוד לְעוֹלָם וָעֶד! אָמֵן .

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 10
Top of Page
Top of Page