Romans 12
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'12

יב איך בּעט אייך דעריבּער, אַחִים במשיח, דוּרך דעם רחמים פוּן ה', צוּ אָנבּאָטן גוּפְכֶם ווי אַ קָרבּן ה', קָדוֹש, בּאַוויליקט צוּ ה', וואָס איז אייער גייסטיקע עַבוֹדת קודש. 2 און זייט נישט געגליכן צוּ דער עוֹלם הַזֶּה, נייערט ווערט איבּערגעאַנדערשט דוּרך דער הִתְחַדְּשוּת פוּן אייער געמיִט און דַעַת, כּדי איר זאָלט פעסטצושטעלן און רוּאוון וואָס עס איז דער גוּטער, און בּאַוויליקטער, און שלֵימוּתדיקער רָצון ה'. 3 וואָרעם דוּרך דעם חֶסֶד, וואָס איז מיר געגעבּן געוואָרן, זאָג איך צוּ יעדן איינעם צווישן אייך, נישט צוּ טראַכטן פוּן זיך העכער ווי עס געהער צו זיין, נייערט צוּ טראַכטן אייַנגעהאַלטן און בּאַשיידן, לויט ווי ה' האָט צוּגעטיילט יעדן איינעם אַ מאָס פוּן אֶמוּנה. 4 מחמת ווי מיר האָבּן אַ סך אֵברים אין איין גוּף, און אַלע אֵברים האָבּן נישט די זעלבּע עוּבדא, 5 אַזוי זענען מיר וואָס זענען פילע, איין גוּף אין מָשיחַ, און בּאַזוּנדערע אֵברים איינער פוּן דעם אַנדערן. 6 און ווייל מיר האָבּן מַתָּנות, פאַרשידן לויט דעם חֶסֶד, וואָס איז אוּנדז געגעבּן געוואָרן: אויבּ נבוּאה, לאָמיר נבִיאות זאָגן לויט דעם מִדָּה פוּן אוּנדזער אֶמוּנה; 7 אויבּ עבוֹדת קֹדֶש, לאָמיר זיך איבּערגעבּן צוּ אוּנדזער עבוֹדת קֹדֶש; דער, וואָס איז מוֹרֶה, צוּ זיין לערנוּנג; 8 דער, וואָס איז אַ מוכיח, צוּ זיין מוּסר; דער, וואָס איז מנַדב, לאַז ער עס טאָן בְּתוֹם לֵב; דער מנהיג, מיט פלייסיקייט; דער גומל-חסד מיט שִׂמְחָה. 9 לאָז זיין אַהֲבַה אָן צביעות, האָט פיינט דאָס, וואָס איז הָרַע, און בּאַהעפט זיך מיט דבקות צו דעם טוֹב. 10 האָט ליבּ איינער דעם אַנדערן מיט אַהֲבַת אַחִים, אינם צוטיילן כּבוד, זאָל יעדער איינער פריער אין זינען האָבּן דעם אַנדערן; 11 אין פלייסיקייט, נישט ווערט אָפּהענטיק, זייט נִלְהֲבֵי רוּחַ הַקוֹדֶּש, דינענדיק אֲדֹנָי; 12 זייט פריילעך אין תִּקְוָה; געדוּלדיק אין אַ צָרה; האַלט כּסֵדר אין דאווענען תפילות . 13 זייט מנַדב פאַר די בּאַדערפענישן פוּן די קדוֹשִים, און איבּערגעגעבּן צוּ הַכנָסַת-אוֹרחים. 14 בּענטשט די, וואָס רוֹדֶפן אייך; בּענטשט, און שעלט נישט. 15 פרייט אייך מיט די, וואָס פרייען זיך, וויינט מיט די, וואָס וויינען. 16 לעבּט אין אַחדות איינער מיט דעם אַנדערן; טראַכט נישט פוּן הויכע זאַכן, נאָר לאָזט זיך אַראָפּ צוּ דעם, וואָס איז שַפל. האַלט זיך נישט פאַר קיין חַכָמים אין אייערע אייגענע אויגן. 17 פאַרגעלט קיינעם נישט רַע פאַר רַע, עשו הטוב בעיני כל בני אדם. 18 אויבּ עס איז מעגלעך, און אויף וויפל איר זענט בִּיכוֹלת, לעבּט בּשָלום מיט כל בני אדם. 19 זייט אייך נישט נוֹקם, געליבּטע, נייערט מאַכט פּלאַץ פאַר דעם זַעַם ה' [זען רומ' 1:18]; וואָרעם סע שטייט געשריבּן: נקָמה געהערט מיר, איך וועל פאַרגעלטן, זאָגט ה' [דברים 32:41]. 20 אויבּ אָבּער דיין שׂוֹנא איז הוּנגעריק, הַאֲכִילֵהוּ לֶחֶם; אויבּ ער איז דאָרשטיק, גיבּ אים צוּ טרינקען; וואָרעם טוענדיק דאָס דאָזיקע, וועסטוּ אָנהויפן פייעריקע קרילן אויף זיין קאָפּ [משלי 22-25:21]. 21 לאָז דיך נישט גוֹבר זיין פוּן דעם רעַ, נאָר זיי גוֹבר דאָס רַע מיט דעם גוּטן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 11
Top of Page
Top of Page