Orthodox Hasidic Yiddish Bible רומ'3 ג אויבּ אַזוי, וואָסער מַעלה האָט דער ייִד, אָדער וואָס איז דער נוּצן פוּן מִילה ? 2 אַ סך, אויף יעדן פאַל .קוֹדם-כָּל, וואָס זיי זענען אָנפאַרטרויט געוואָרן מיט די דברים פוּן ה'. 3 און אויבּ אַ טייל פוּן זיי האבּן נישט געגלויבּט, וואס מאכט עס דען אויס ? צי מאַכט דען זייער אוּמגלויבּן צונישט די זיין די נֶאֱמָנוּת פוּן ה' ? 4 חס ושלום ! זאָל זיך ה' ארויסווייזן אלס נֶאֱמָן, און כל אָדָם כּוֹזֵב (ליגנער, זען תהלים 116:11), ווי סע שטייט געשריבּן : לְמַעַן תִצְדַק בְדָבְרֶךָ, תִזְכֶה בְשָפְטֶךָ [תהלים 51:6]. 5 אויבּ אָבּער אוּנדזער אוּמגערעכטיקייט בּרענגט אַרויס די צדקות [ה' איז צדּיק, דברי הימים ב 12:6] פון ה', וואָס זאָלן מיר זאָגן? אַז ה' איז אוּמגערעכט, בּרענגענדיק זַעַם [צאָרן, רומ' 1:18]? -- איך האָבּ רעדן לויט דעם שטייגער פוּן מענטשן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20] -- 6 חס ושלום ! אַוודאע נישט! ווייל אויבּ אַזוי, ווי וואָלט ה' געקענט מִשפּטן די עוֹלם הַזֶּה [זען בראשית 18:25]? 7 אן אנדער [רעטאָריש] קשיא: אויבּ אָבּער די אמת פון ה' האַט זיך דורך מיין מִרְמָה פאַרמערט פאַר כבוד ה', פאַרוואָס ווער איך נאָך געמִשפּט ווערן ווי אַ זינדיקער? 8 און פאַרוואָס נישט טאָן רַע, בִּכדֵי עס זאָל קוּמען טוֹב? - ווי די, וואס בּאַליידיקן און ציטירן על-פּי טעות אונדז בּאהויפּטן! בּאמת מִשפַּט צֶדֶק נֶחֱרַץ אויף זיי [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20]. 9 וואָס איז דער סיום? צי זענען מיר יידן בּעסער ווי זיי? צי האָבּן מיר יידן דען עפּעס אַ מעלה? לֹא, בּשוּם אוֹפן נישט! ווייל מיר האָבּן שוֹין פריער בּאַוויזן, אַז סיי ייִדן און סיי מי שאינו יהודי, אַז זיי זענען אלע אוּנטער דער מאַכט פון חטא [קדמון, נאַטירלעך קנעכטשאפט צו נוגש-קנעכט זינד, זען רומ' 7:14; תהלים 51:7; איוב 14:4; קהלת 7:29; רומ' 19-5:12; תהלים 143:2; יוחא 1:8,10; קורא 15:22; ישעיהו 53:6; ירמיהו 17:9], 10 ווי סע שטייט געשריבּן : אֵין צַדִיק, אֵין גַם אֶחָד. 11 אֵין מַשְכִיל, אֵין דֹרֵש אֶת־אֱלֹקֵים. 12 הַכֹּל סָר, יַחְדָּו נֶאֱלָחוּ; אֵין עֹשֵה־טוֹב, אֵין גַם־אֶחָד. 13 קֶבֶר־פָּתוּחַ גְרֹנָם, לְשוֹנָם יַחֲלִיקוּן, חֲמַת עַכְשוּב תַּחַת שְפָתֵימוֹ; 14 אֲשֶר אָלָה פִּיהֶם מָלֵא וּמְרֹרוֹת. 15 רַגְלֵיהֶם יְמַהֲרוּ לִשְפֹּךְ דָּם. 16 שֹד וָשֶבֶר בִמְסִלּוֹתָם, 17 וְדֶרֶךְ שָלוֹם לֹא יָדָעוּ. 18 אֵין־פַּחַד אֱלֹקִים לְנֶגֶד עֵינֵיהֶם [זען תהל' 3-14:1; 4-53:2; 5:10; 140:4; 10:7; ישעיהו 8-59:7; משלי 1:16; תהל' 36:2]. 19 און מיר אָבּער ווייסן, אַז וואָס די תּוֹרה זאָגט, איז עס גערעדט געוואָרן צוּ די, וועלכע זענען אונטער דער תּוֹרה [זען דברים 27:26], כּדי יעדעס מויל זאָל ווערן פארשטוּמט, און די גאַנצע וועלט וואָלט זיין געפונען שולדיק פאַר ה' [זען תהלים 1:5]. 20 מחמת בכל חומר הדין וועט כָל חָי לֹא יִצדַּק פאַר ה'; ווייל דוּרך דער תּוֹרה קוּמט נאָר דאָס פול דַּעַת פון דער חֵטְא [זען בראשית 2:17; 3:7]. 21 איצט אָבּער האָט זיך, אויסער דער תּוֹרה [זען פיל' 3:9; רומ' 6-10:5], בּאוויזן די צִדְקַת ה', וועגן וועלכער סאי די תּוֹרה [זען בראשית 15:6] סאי נביאים [זען חבקוק 2:4] האָבּן עֵדות געזאָגט, 22 דהייַנו : די צִדְקַת ה' דוּרך אֶמוּנה אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע פאַר כל, וואָס גלויבּן [זען בּראשית 15:6; דניאל 9:26; ישעיהו 53:11]. ווייל עס איז נישטאָ קיין חִילוק; 23 ווייל אלע האָבּן געזינדיקט, און זענען געמאנגלעט דעם כָּבוד ה', 24 אָבּער זיי זענען אוּמזיסט יִצְדַּק עִם ה' (ווערן גערעכטפאַרטיקט, זען ישעיהו 53:11; זכריה 12-6:11; עזרא 3:8) דורך חֶסֶד ה' צוּליבּ די פְּדוּת פוּן דער איוסלייזוּנג פון רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 25 וועמען ה' האָט פון פריער בּאשטימט אלס אַ כַּפָּרָה [טייטש אַז וואָס אייננעמען דער זַעַם פון ה', זען רומ' 1:18] פאר פאַרגעבּוּנג, כַּפָּרָה על יְסוֹד אֶמוּנה אין משיחס דָּם [זען ישעיהו 12-53:5], צוּ ווייזן גערעכיקייט פון ה' צוּליבּ דאס, אַז אין זיין אֹרֶךְ רוּח ה' פָסַח [זען ישעיהו 53:7] על חֲטָאֵי הֶעָבָר, 26 צוּ וויזן אַז אין דער איצטיקער צייט ה' אַליין איז צַדִּיק און מַצְדִּיק (דער רעכטפאַרטיקער דורך וועמען הֻצְדַּקנוּ) פוּן דעם, וואָס האָט אֶמוּנה אין יהושע/ישוע. 27 על-כּן, וואוּ איז דאָס רימען, דאָס מָקוֹם לְגַאֲוָה? עס איז אויסגעשלאָסן .דוּרך וואָסער מִין תּוֹרה ? גערעכטיקייט בכל חומר הדין מִין תּוֹרה ? לֹא, נייערט דוּרך דעם תּוֹרה פוּן אֶמוּנה [תּוֹרה פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען בראשית 15:6; ישעיהו 53:11; מהש 24-21:20]. 28 מיר דרינגען ארויס, אַז אַ מענטש ווערט גערעכטפאַרטיקט [נצדק] לפני ה' דוּרך אֶמוּנה [בראשית 15:6; ישעיהו 53:11], נישט דוּרך אָפהענגיקייַט אויף קיין בריהשאַפט פון מדקדקים מצוות התוֹרה. 29 אָדער איז ה' דער אלוקים נאָר פוּן די ייִדן? איז ה' נישט דער אלוקים אויך פוּן די אוּמות העולם? כֵּן, אויך פוּן די אוּמות העולם, 30 זינט ה' איז אֶחָד, און ה' וועט רעכטפאַרטיקן די געמַלטע פוּן אֶמוּנה, און די נישט-געמַלטן דוּרך אֶמוּנה. 31 צי טוּען מיר דען מבַטל זיין דוּרך אֶמוּנה די תּוֹרה? חס ושלום; נייערט מיר אונטערהאלטן די תּוֹרה [זען בראשית 15:6]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |