Romans 2
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'2

ב דערפאר בּיסטוּ אָן תירוץ, אָ בן אדם, ווער דוּ זאָלסט נישט זיין, וואָס טוּסט מִשפּטן; מחמת מיט דעם, וואָס דוּ מִשפּטסט אַן אַנדערן, פאַרמִשפֶּטסטוּ דיך אַליין, מחמת דוּ, וואָס מִשפֶּטסט, טוּסט די זעלבּע זאַכן. 2 און מיר ווייסן, אַז דער מִשפּט פוּן ה' טוּט בּאֶמֶת קוּמען איבּער די, וואָס טוּען אַזעלכע זאָכן. 3 און מיינסטוּ טאַקע, אָ בן אדם, וואָס טוּסט מִשפּטן די, וואָס טוּען אַזעלכע זאָכן, און טוּסט דאָס זעלבּע, אַז דוּ וועסט אויסמיידן דעם מִשפּט ה' ? 4 אָדער טוּסטוּ מבַזה זיין די אַשִירות פוּן זיין גוּטסקייט, און סַבלָנות, און צוּריקגעהאַלטנקייט, און ווייסט נישט, אַז די גוּטסקייט פוּן ה' פירט דיך צוּ תּשוּבה ? 5 אָבּער מיט דיין האָרטנעקיק און נישט-תשובהדיקן לֵב זאַמלסטוּ אָן פאַר דיר זַעַם אויף דעם יוֹם הזַעַם, און די הִתְגַּלּוּת פוּן דעם גערעכטן מִשפּט פוּן ה', 6 וואָס וועט פאַרגעלטן יעדן איינעם לויט זיינע מַעשׂים: 7 פאַר די, וואָס זוכן מיט סבלנות דוּרך מַעשׂים-טובים -- הערלעכקייט, כבוד, אוּמשטאַרבּלעכקייט, חַיֵּי עוֹלם; 8 פאַר די אָבּער, וואָס זענען ווידערשפּעניק און געהאָרכן נישט דעם אֶמת, נייערט געהאָרכן אוּמגערעכטיקייט, וועט זיין צאָרן און גרימצאָרן, 9 יסוּרים און אַנגסט אויף יעדער מענטשליעכער נשָמה, וואָס טוּט רַע, קוֹדם-כָּל אויף דעם ייִד [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20], און אויך אויף דעם גריך; 10 אָבּער הערלעכקייט און כָּבוד און שלום פאַר יעדן בן אדם, וואָס טוּט גוּטס, קוֹדם-כָּל פאַר דעם ייִד [מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20], און אויך פאַר דעם גריך; 11 מחמת ה' איז נישט קיין נוֹשׂא-פָּנים [זען דברים 10:17]. 12 מחמת אלע, וואָס האָבּן געזינדיקט אָן דער תּוֹרה, וועלן אויך פאַרלוירן ווערן אָן דער תּוֹרה, און אלע, וואָס האָבּן געזינדיקט אונטער דער תּוֹרה [זען גלט' 3:10 ;4:2], וועלן געמִשפּט ווערן דוּרך דער תּוֹרה [זען דברים 27:26]. 13 מחמת נישט די, וואָס הערן די תּוֹרה, זענען יִּצְדַּק עִם ה' [זען איוב 25:4], נאָר די, וואָס טוּען די תּוֹרה, וועלן זיין יִּצְדַּק עִם ה'. 14 ווייל ווען די אוּמות-הָעוֹלם, וואָס האָבּן נישט די תּוֹרה, טוּען בּטֶבע וואָס די תּוֹרה הייסט, זענען זיי, הַגַם זיי האָבּן נישט קיין תּוֹרה, פאַר זיך אַליין תּוֹרה [זען תּוֹרה פון אינסטינקטיוו מידות, זען תהלים 37:31; יוחא 21-3:18], 15 מיט דעם, וואָס זיי ווייזן די טוּאוּנג פוּן דער תּוֹרה פאַרשריבּן אין זייערע לְבָבוֹת, ווען זייער מצפּוּן (געוויסן) זאָגט עדות און זייערע מַחשָבות זענען איינס מיטן אַנדערן זיי בּאשולדיקן זיך אָדער אויך רעכטפערטיקן זיך, 16 אין דעם יוֹם, ווען ה' וועט מִשפּטן די תעלומות פוּן די בּני אדם, לויט מיין בּשׂוּרת הגאוּלָה, דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 17 אויבּ אָבּער דוּ טראָגסט דעם נאָמען פוּן אַ ייִד [מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20], און בּיסט דיך תְּלוּת בְּמֲשִים המצוות פון דער תּוֹרה, און בּאַרימסט דיך אין ה', 18 און פאַרשטייסט זיין רָצון, און ווייסט דעם חִילוק צווישן טוֹב און רַע, מחמת דוּ בּיסט געלערנט אין דער תּוֹרה, 19 און בּיסט בּטוּחַ, אַז דוּ אַליין בּיסט אַ מוֹרֵי-דֶרֶךְ פוּן די בּלינדע, אַ ליכט (אוֹר) פוּן די וואָס זענען אין דער חֹשֶךְ, 20 אַ דערציער פוּן די נאַראָנים, אַ מלמד פוּן קליינע יְלָדים, וואָס האָסט די פאָרם פוּן וויסן און פוּן דעם אֶמת אין דער תּוֹרה; 21 על-כּן, דוּ, וואָס לערנסט אַן אַנדערן, לערנסט נישט דיך אַליין? דוּ, וואָס דרשנסט, לֹא תִּגנֹב, און אַליין גַנבעסטוּ? 22 דוּ, וואָס זאָגסט, לֹא תִּנְאַף, און אַליין בּיסטוּ מזַנה? דוּ, וואָס דיך עקלען אֱלִילִים, און בּאַרויבּסט טעמפּלען? 23 דוּ, וואָס בּאַרימסט דיך מיט דער תּוֹרה, בּיסטוּ מחַלֵל-שֶם, דוּרך דעם עוֹבר זיין די תּוֹרה ? 24 מחמת דער נאָמען פוּן ה' ווערט איבער אייך געלעסטערט צווישן די אוּמוֹת [זען ישעיהו 52:5], אַזוֹיווי סע שטייט געשריבּן. 25 מחמת מִילה בּרענגט נוּצן, אויבּ דוּ טוסט די תּוֹרה [זען גלט' 5:3]; אויבּ אָבּער דוּ בּיסט עוֹבר אויף דער תּוֹרה, איז דיין מִילה געוואָרן עָרלה [זען מהש 7:51]. 26 על-כּן, ווען דער נישט-געמַלטער איז שומר איבּער די מִצוות פוּן דער תּוֹרה [זען רומ' 2:14], צי וועט נישט זיין עָרלה פאַררעכנט ווערן פאַר מִילה ? 27 כֵּן, דער וואָס איז בּטֶבע נישט-געמַלט, נאָר וואָס איז מקַיים די תּוֹרה, וועט מִשפּטן דיך, וואָס מיט דעם אוֹת און מִילה בּיסטוּ עוֹבר אויף דער תּוֹרה. 28 ווייל נישט דער איז אַ ייִד [מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20], וואָס איז עס לפָּנים, און נישט דאָס איז מִילה, וואָס איז בּלויז דרויסן אינם גוף [זען מִילה פון התחדשוּת, יוחנן 3:3; פיל' 3:3; קול' 12-2:11; דברים 10:16; 30:6; ירמיהו 4:4; 26-9:25; 34-31:31; 38:33; יחזקאל 44:7] פוּן דעם פלייש, 29 נייערט דער איז אַ ייִד [מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20], וואָס איז עס אינעווייניק, און מִילה איז דאָס פוּן דעם לֵב, אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און נישט אין דעם חֹמר הַדִּין [פון מדקדקים פעלנדיק דעם רוח הקודש, זען רומ' 7:6; קורב 3:6] זיין יהוֹדֶה [ידה] איז נישט פוּן בּני אדם, נייערט פוּן ה'.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 1
Top of Page
Top of Page