Romans 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רוימ'

רומ'1

א רַב שָאוּל, אַן עֶבֶד פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, בּאַרוּפן צוּ זיין אַ שלִיחַ, וְנִבְדָּל פאַר דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן ה'. 2 וואָס ה' האָט מַבטִיחַ געווען פוּן פריער דוּרך זיינע נבִיאים אין די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש, 3 פוּנוועגן זיין זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער], וואָס איז געבּוירן געוואָרן פוּן דעם זֶרַע דָוִדן, לויט דעם פלייש, 4 און וואָס איז בּאַוויזן צוּ זיין דער זוּן פון דער אויבּערשטער אין גבוּרָה, לויט דעם רוּחַ הַקֹּדֶש, דוּרך זיין אויפשטיין תּחִיַת-הַמֵתים; פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אֲדוֹנֵנוּ, 5 דוּרך וועמען מיר האָבּן מקַבּל געווען חֶסֶד און שלִיחוּת, צו דער געהאָרכזאַמקייט פוּן אֱמוּנה צווישן אוּמות העולם, פוּן זיין נאָמענוועגן, 6 צווישן וועלכע אויך איר זענט בּאַרוּפן פון רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע; 7 צוּ אַלע, וואָס זענען אין רוים, געליבּטע פוּן ה', בּאַרוּפן צוּ זיין קדוֹשִים; חֶסֶד צוּ אייך און שָלום פוּן ה', אלוקים אָבִינוּ, און הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 8 קוֹדם כל איך זאָג ברוך ה' דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע פאַר אייך אַלע, ווייל מע רעדט פוּנוועגן אייער אֱמוּנה [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20] אין דער גאנצער וועלט. 9 מחמת ה' איז מיין אֵדות, ה' וועמען איך דין אין מיין רוּחַ דוּרך דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן זיין זוּן [דער זוּן פון דער אויבּערשטער], אַז איך דאַוונען מיט אייך למזכרת כּסֵדר און תָּמיד, 10 בּעטנדיק אלעמאָל, אַז עס זאָל מיר שוין געלינגען, אם ירצה ה', צוּ קוּמען צוּ אייך. 11 מחמת איך באַגער אייך צוּ זען, כּדי איך זאָל אייך קענען צוּטיילן עפּעס אַ מַתָּנה רוּחָנִית, כּדי לְחִזּוּקְכֶם 12 דאָס הייסט, אַז איך זאָל מיטגעטרייסט ווערן אין אמונה [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20] הַמְשֻתֶּפֶת, אייערע און מיינע. 13 און איך וויל אַז איר זאָלט וויסן, אַחִים במשיח, אַז אַ סך מאָל האָבּ איך בּדֵעה געהאַט צוּ קוּמען צוּ אייך -- און בּין לעֵת-עַתּה געשטערט געוואָרן -- בִּכדֵי איך זאָל אויך צווישן אייך לעשות פְּרִי, אַזוי ווי צווישן די איבּעריקע אוּמות עולם. 14 איך בּין אַ בַּעל-חוֹב צוּ די גריכן און צוּ בּארבּארן, צוּ די חכָמים און צוּ די נאַראָנים; 15 אַזוי זשע בּין איך גרייט צוּ דַרשענען די בּשׂוּרת הגאוּלָה אויך צוּ אייך, וואָס געפינט זיך אין רוֹמָא. 16 מחמת איך שעם מיך נישט מיט דער בּשׂוּרת הגאוּלָה [פון דעם ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20]; מחמת זי איז די גבורה פון ה' פאַר דערלייזוּנג און ישועת אלוקינו פוּן יערן איינעם, וואָס האט אמונה [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20] : קודם-כּל פאַר דעם ייִד, און אויך פאַר דעם גריך. 17 מחמת אין איר ווערט אַנטפּלעקט צֶדֶק פון ה' [דניאל 9:24; בראשית 15:6; פיל' 3:9] פוּן אֶמוּנה צוּ אֶמוּנה [זען רומ' 3:22], ווי סע שטייט געשריבּן : וְצַדִּיק בֶּאֱמוּנָתוֹ יִחְיֶה [חבקוּק 2:4]. 18 מחמת דער זַעַם פוּן ה' [חרון אף ה', זען רומ' 3:25] ווערט אַנטפּלעקט פוּן שָמַיִם אַנטקעגן יעדער רִשעות און עולה פוּן בּני אדם, וואָס שטערן דעם אֶמת מיט זייער אוּמגערעכטיקייט. 19 ווייל דאס, וואָס מע קען וויסן וועגן ה', איז אַנטפּלעקט צו זיי, מחמת ה' האָט עס מגלה געווען צוּ זיי. 20 מחמת די אומזיכטבּארע זאַכן זיינע, ווערן קלאַר געזען, זינט דער בּאַשאַפוּנג פוּן דער וועלט ווייל זיי ווערן בּאַנוּמען דוּרן די זאַכן, וואָס זענען בּאשאפענע, דהַיינא, זיין אייבּיקע כֹּחַ און א-לֹהוּת, כדי זיי זאַלן זיין אַן אַ תירוץ; 21 מחמת דעם, הַגַם זיי האַבּן געקענט ג-ט, האַבּן זיי אים נישט פאַרהערלעכט ווי ג-ט אָדער אים לֹא הוֹדוּ, נייערט זענען געוואָרן נאַריש אין זייערע מַחשָבות, און זייער אוּמפאַרשטענדיק לֵב איז פאַרפינצטערט געוואָרן. 22 ווען זיי האַבּן זיך אַרויסגעגעבּן פאַר חַכָמים, זענען זיי געוואָרן נאַראָנים, 23 און האַבּן פאַרבּיטן דעם כָּבוד פוּן דעם אוּמשטאַרבּלעכן אלוקים אויף דער ענלעכקייט פוּן אַ געשטאַלט פוּן אַ שטאַרבּלעכן מענטשן, און פוּן פייגל, און פירפיסיקע חַיות, און רעפּטיליעס. 24 דערפאר האָט זיי אלוקים איבּערגעגעבּן אין די תַּאוות פוּן זייערע לְבָבוֹת צוּ טוּמאה, צוּ שענדן פון זייערע קערפּערס צווישן זיך אַליין, 25 וועלכע האַבּן פאַרבּיטן דעם אֶמת פון ה' מיט שקר, און האַבּן פאַרהערלעכט און געדינט ליבּערשט הַנּוֹצָר, איידער הַיּוֹצֵר, המבורך לעולמים. אָמֵן. 26 צוליבּ דעם האָט ה' זיי איבּערגעגעבּן צוּ שענדלעכע תַּאוות; מחמת זייערע נָשים האַבּן פאַרבּיטן דעם נאַטירלעכן געבּרויך מיט דעם, וואָס איז קעגן דער טֶבע. 27 און אַזוי אויך האַבּן הַגְּבָרִים פאַרלאַזט דעם נאַטירלעכן געבּרויך פוּן דעם אִשָה, און האַבּן געבּרענט אין זייערע תַּאוות איינער צוּם אַנדערן; זכָר מיט זכָר האַבּן געטאַן אוּמווערדיקייט, און האַבּן אין זיך אַליין בּאַקוּמען דעם פוּלן שׂכַר פוּן זייער טָעות. 28 און אַזוי ווי זיי האַבּן פאַראַכט ה' אין זייער דערקענטעניש, האָט זיי ה' איבּערגעגעבּן צו אַ פאַרדאָרבּענעם פאַרשטאַנד, צוּ טאָן דאָס, וואָס איז נישט געטאן. 29 מחמת זיי זענען פוּל מיט יעדער אוּמגערעכטיקייט, רֶשַע, חמְדָנוּת, בּייֵזוויליקייט, פוּל מיט קִנאה, רצִיחה, קריג, שֶקר, רמָאות, פּליאָטקעס, 30 רכִילות-טרייַבּער, שׂוֹנאים פוּן ה', הוּצפֶּהדיק, גַאווֶהדיק, בּאַרימעריש, פאַרטראַכטער פוּן רִשעוּתדיקייטן, ווידערשפּעניק קעגן הוֹרים, 31 אָן פאַרשטענדעניש, בְּרִית-בּרעכער, ליבּלאָזע, אומרַחמנוּתדיקע; 32 וואָס הַגַם זיי ווייסן דעם מִשפּט פוּן ה', אַז די, וואָס טוּען אַזעלכע זאַכן, זענען חַייב-מִיתה, טוּען נישט נאָר דאָס זעלבּע, נייערט זענען אויך מַסכּים מיט די, וואָס טוּען דאָס.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Acts 28
Top of Page
Top of Page