Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש28 כח און נאָך דעם ווי מיר זענען געראַטעוועט געוואָרן, זענען מיר געוואָר געוואָרן, אַז דער איזנל הייסט מַלְטָה. 2 און די בּאַרבּאַרן [זען רומ' 1:14] האָבּן אוּנדז אַרויסגעוויזן נישט קיין פָּשוטן חֶסֶד; מחמת זיי האָבּן אָנגעצוּנדן אַ הַדְלָקָה, און האָבּן אוּנדז אלעמען אויפגענוּמען צוּליבּ דעם גֶּשֶם, וואָס האָט געהאַלטן אין איין פאלן, און צוּליבּ דער קעלט. 3 און ווען רַב שָאוּל האָט צוּנויפגעזאַמלט אַ בּינטל ריטלעך און האָט זיי אַרויפגעלייגט אויף דעם אֵש, איז אַרויס אַ נחש ארסי מחמת דער היץ, און האָט זיך אנגעהאָנגען אָן זיין האַנט. 4 און אַז די בּאַרבּארן האָבּן דערזען דעם נחש ארסי הענגען אויף זיין האַנט, האָבּן זיי איינער צוּם אַנדערן געזאָגט: דער דאָזיקער מאַן איז אַווַדאי אַ רוֹצֵחַ, און הַגַם ער האָט זיך מַציל געווען פוּן דעם יַם, טוּט אים אָבּער די גערעכטיקייט נישט לאָזן לעבּן. 5 נאָר ער האָט אָפּעטרעסלט דעם נחש ארסי אין אֵש אַריין, און ס'האָט אים גאָרנישט געשאַדט [זען מרק' 16:18]. 6 און זיי האָבּן דערוואַרט, אַז רַב שָאוּל זאָל געשוואָלן ווערן, אָדער פּלוּצים אַנידערפאַלן טויט; ווי אבּער זיי האָבּן לאַנג געוואַרט און געזען, אַז אים איז קיין שוּם שלעכטס נישט געשען, האָבּן זיי געענדערט זייער מיינוּנג, און געזאָגט, אַז ער איז אַ ג-ט. 7 און אין דער שכֵנות פוּן יענעם אָרט איז געווען אַ גוט, וואָס האָבּן געהערט צוּ דעם ראש פוּן דעם אינזל, וואָס האָט געהייסן פוֹבּלִיוֹס; ער האָט אוּנדז אויפגענוּמען, און האָט אוּנדז פרייַנטלעך אוּנטערהאַלטן 3 טעג. 8 און אָב פון פּוֹבּלִיוֹס איז גראָד געלעגן קראַנק אויף פיבּער און דיסענטעריע; און רַב שָאוּל איז צוּ אים אַרייַנגעגאַנגען, און איז דאווענען , און ווען רַב שָאוּל האָט אַרויפגעלייגט אויף אים זיינע הענט, האָט ער אים אויסגעהיילט. 9 און אַזוי ווי דאָס איז געשען, זענען געקוּמען אויך די איבּעריקע חולאים אויף דעם אינזל, און זענען געהיילט געוואָרן. 10 זיי האָבּן אוּנדז אויך אָנגעטאָן גרויס כָּבוד, און ווען מיר זענען אָפּגעפאָרן, האָבּן זיי אוּנדז מיטגעגעבּן וואָס מיר האָבּן זיך גענייטיקט. 11 און אין 3 חַדָשים אַרוּם זענען מיר אָפּגעפאָרן אין אַ אֳנִיָּה פוּן אֲלֶכְּסַנְדְּרִית, וואָס האָט איבּערגעווינטערט בּיי דער אינזל; איר סֵמֶל איז געווען די תְּאוֹמים-אַחִים. 12 און אַז מיר האָבּן געקומען קיין סִירָקוּז, זענען מיר דאָרטן פאַרבּלייבּן 3 ימים. 13 און פוּן דאָרטן האָבּן מיר געמאַכט אַ קרייַז און זענען אָנגעקוּמען קיין רֶגיוּם; און איין טאָג דערנאָך האָט זיך אויפגעהויבּן אַ דָרום-ווינט, און אויף דעם אַנדערן טאָג זענען מיר אָנגעקוּמען קיין פּוֹטיוֹלִי. 14 דאָרטן האָבּן מיר געפוּנען אַחִים במשיח, און זענען געבּעטן געוואָרן, צוּ בּלייבּן מיט זיי 7 טעג; און אַזוי זענען מיר געקוּמען קיין רוֹמָא. 15 און פוּן דאָרטן זענען די אַחִים במשיח, ווען זיי האָבּן געהערט פוּנוועגן אוּנדז, אוּנדז אקייגנגעקוּמען בּיז צום פאָרום אַפִּיוֹס און די שלֹשֶת הַפֻּנְדָּקִים. ווען רַב שָאוּל האָט זיי דערזען, האָט ער האט געזאגט בּרוּך ה', וַיִּתְחַזָּק. 16 און ווען מיר זענען אַרייַנגעקוּמען קיין רוֹמָא, האָט רַב שָאוּל בּאַקוּמען דערלויבּעניש צוּ וואוינען אליין מיט דעם חיּל, וואָס האָט אים בּאַוואַכט. 17 און עס איז געווען, אַז אין 3 ימים אַרוּם האָט רַב שָאוּל צוּנויפגערוּפן די חשובסטע צווישן די ייִדן; און ווען זיי זענען זיך צוּזאַמענגעקוּמען, האָט רַב שָאוּל צוּ זיי געזאָגט: מענטשן אַחִים, הַגַם איך האָבּ גאָרנישט געטאָן קעגן הָעָם אָדער די מִנהָגים [פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 26-21:19] פוּן אבותינו, בּין איך דאָך איבּערגעגעבּן געוואָרן פוּן ירוּשָלַיִם אַן אָסִיר אין די הענט פוּן די רוימער. 18 און אַזוי ווי זיי האָבּן מיך חוֹקר-ודוֹרש געווען, האָבּן זיי מיך געוואָלט פריי לאָזן, ווייל עס אין מיר נישט געווען קיין שולד פאַר משפּט מָוֶת. 19 און ווען די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20] האָבּן אייַנגעווענדט קעגן דעם, בּין איך געצוואוּנגען געווען צוּ אפּעלירן צוּם קסר; נישט, ווייל איך האָבּ געוואָלט אין עפּעס בּאַשוּלדיקן עַמִּי. 20 פוּנוועגן דער דאָזיקער סִיבּה האָבּ איך אייך דערפאר געבּעטן צוּ זען, און מיט אייך צוּ רעדן; מחמת פוּנוועגן דער תִּקְוָה פוּן יִשׂרָאל אֲנִי אָסוּר בַּכֶּבֶל הַזֶּה. 21 און די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20] האָבּן צוּ אים געזאָגט: מיר האָבּן נישט בּאַקוּמען פוּן ארץ יהוּדה קיין אגרת [הקודש] פוּנוועגן דיר, אויך איז קיינער נישט פוּן די אחים געקוּמען אַהער און האָט דערציילט, אָדער געזאָגט עפּעס רַע פוּנוועגן דיר. 22 מיר ווילן אָבּער הערן פוּן דיר, וואָס דוּ דענקסט; מחמת בּנוֹגֵע דער דאָזיקער כּיתּה [פון משיחיסטים ייִדן], איז עס אוּנדז בּאַקאַנט, אַז אוּמעטוּם ווערט גערעדט קעגן דער דאָזיקער כּיתּה [פון משיחיסטים ייִדן]. 23 און אַזוי ווי זיי האָבּן אים בּאַשטימט אַ טאָג, זענען זיי געקוּמען צוּ אים אין מקוֹם מְגוּרָיו אין אַ גרויסער צאָל; און רַב שָאוּל האָט פאַר זיי דערקלערט אַ דרָשָה פוּן הבֹּקֶר עַד העֶרֶב, און האָט עֵדות געזאָגט וועגן דעם מַלכות ה', און אויפווייזנדיק בּנוֹגֵע יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11], סיי פוּן תּוֹרת-מֹשה [רבינו] און סיי פוּן די נבִיאים. 24 און טייל האָבּן געגלויבּט די רייד, וואָס זענען גערעדט געוואָרן, און די אַנדערע [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20] האָבּן נישט געגלויבּט. 25 און אַזוֹיווי זיי זענען צווישן זיך נישט אייניק געווען, זענען זיי אַוויקגעגאַנגען, אַזוי ווי רַב שָאוּל האָט נאָך געזאָגט איין וואָרט: גוּט האָט דער רוּחַ הַקוֹדֶש גערעדט דוּרך ישעיהו הַנָביא צוּ אייערע אָבות: 26 לֵךְ וְאָמַרְתָ לָעָם הַזֶה: שִמְעו שָמוֹעַ וְאַל־תָבִינו ורְאו רָאוֹ וְאַל־תֵדָעו; 27 הַשְמֵן לֵב־הָעָם הַזֶה וְאָזְנָיו הַכְבֵּד וְעֵינָיו הָשַע; פֶּן־יִרְאֶה בְעֵינָיו ובְאָזְנָיו יִשְמָע וּלְבָבוֹ יָבִין וָשָב וְרָפָא לוֹ [ישעיהו 10-6:9] 28 על-כּן, זייט וויסן, אַז די דאָזיקע ישוּעת אלוקינו פוּן ה' ווערט געשיקט צוּ די אוּמות-הָעוֹלם; און זיי וועלן הערן. 29 און אַזוי ווי רַב שָאוּל האָט דאָס געזאָגט, זענען זיך די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20] פוּנאַנדערגעגאַנגען, און האָבּן זיך אַ סַך מִתווַכֵּחַ געווען צווישן זיך. 30 און רַב שָאוּל איז פאַרבּלייבּן 2 גאַנצע יאָר אין זיין אייגענער געדוּנגענער דִירה, און האָט אויפגענוּמען אלע, וואָס זענען אַרייַנגעגאַנגען צוּ אים, 31 און רַב שָאוּל האָט אָנגעזאָגט דאָס מַלכות ה', און געלערנט בּנוֹגֵע הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע מיט בְּלִי כָּל פַּחַד, און קיינער האָט רַב שָאוּל נישט פאַרווערט. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |