Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש27 כז און אַזוי ווי עס איז בּאַשלאָסן געוואָרן, אַז מיר זאָלן זיך אַוועקשיפן קיין איטַלְיָה, האָבּן זיי איבּערגעגעבּן רַב שָאוּל און עטלעכע אַנדערע אֲסִירִים צוּ אַ צֶנְטוּריוֹן מיטן נאָמען יוּלְיוֹס, פוּן דער קסרלעכער קאָהוֹרטע. 2 און נאָכן איינשטייגן אויף אַן אֳנִיָּה פוּן אַדרָמִיטִית, וואָס איז געווען גרייט צוּ פאָרן צוּ די מקוֹמות אויף דעם בּרעג פוּן אַסְיָה קליין, זענען מיר אַרויסגעפאָרן אין יַם אַריין, און מיט אוּנדז איז געווען אֲרִיסְטַרְכוֹס, אַ מָקֵדוֹנְיער פוּן תֶּסָּלוֹנִיקִי. 3 און דעם אַנדערן טאָג זענען מיר אָנגעקוּמען קיין צִידוֹן; און יוּלְיוֹס האָט זיך בּאַצויגן מענטשלעך צו רַב שָאוּל און האָט אים דערלויבּט צוּ גיין צוּ זיינע חברים כדי צו קומען צו זיך. 4 און פון דאָרטן זענען מיר אוועק און זיך פארבּייגעשיפט די אינזל קַפְרִיסִין, מחמת די ווינטן זענען געווען קעגן אונדז. 5 און אַזוי ווי מיר זענען אַריבּערגעפאָרן דעם יַם בּיי קִילִיקְיָה און פַּמְפִילְיָה זענען מיר געקוּמען קיין מִירָה אין לִיקְיָה. 6 און דאָרטן האָט דער צֶנטוּריוֹן געפוּנען אַן אֳנִיָּה פוּן אַלֶכְּסַנְדְּרִיָּה, וואָס איז געפאָרן קיין אִיטַלְיָה; און ער האָט אוּנדז אַרייַנגעזעצט אין איר. 7 און אַזוי ווי מיר זענען אַ סך טעג פּאַמעלעך געפאָרן און זענען קוים אָנגעקוּמען קיין קְנִידוֹס, און ווייל דער ווינט האָט אוּנדז ווייטער נישט געלאָזט, זענען מיר געפאָרן אין דער סבִיבה פוּן דער אינזל פון קרעטאַ, קעגנאיבּער סאַלמאָנע [כרֵתִים]. 8 און אַז מיר זענען עס מיט שוועריקייט פאַרבּייַגעפאָרן, זענען מיר געקוּמען צוּ אַ פּלאַץ, וואָס האָט געהייסן: הַמַּעֲגָנִים הַטּוֹבִים, און נאָענט דערבּיי איז געווען די עיר לָסָיָה. 9 און ווען אַ סך צייט איז פארגאנגען, און די נסִיעה איז איצט געווען געפערלעך, מחמת יום כִּיפּוּר איז אויך שוֹין געווען פאַרבּיי, האָט רַב שָאוּל זיי געוואָרנט, 10 און געזאָגט: אֲנָשִים, איך זע, אַז די נסִיעה וועט זיין מיט סכנה און אַ סך שאַדן, נישט בּלויז פאַר דער מַשׂא און דער אֳנִיָּה, נאָר אויך פאַר חַיֵּינוּ. 11 אָבּער דער צֶנטוּריוֹן האָט מער געגלויבּט דעם שטייערמאן און בַּעַל הָאֳנִיָּה, ווי די דברים פון רַב שָאוּל. 12 און ווייל דער נָמֵל (פּאָרט) איז נישט געווען צוּגעפּאַסט דאָרטן איבּערצוּאווינטערן [זען מהש 27:9, אָפּפאָרן מיט אַ שיף איז געפערלעך נאָך נאָוועמבער], האָבּן די מערסטע געראָטן, פוּן דאָרטן אוועקגעשיפט, אֶפשר וועט זיי געלינגען צוּ קוּמען קיין פֶנִיקְס, אַ נָמֵל (פּאָרט) אין קרעטאַ, וואָס איז קעגן צָפוֹן-מִזרח און דָרום-מִזרח, און דארטן איבּערצוּאווינטערן. 13 און בּעת דער דָרום-ווינט האָט זאַנפט געבּלאָזן, און זיי האָבּן געמיינט, אַז זיי האָבּן דערגרייכט זייער ציל [זען משלי 14:12], האָבּן זיי אויפגעהויבּן דעם אַנקער און זענען געפאָרן לעבּן קרעטאַ, נאָענט בּיים בּרעג. 14 נאָר נישט לאַנג אַזוי האָט אויסגעבּראָכן דאָרטן אַ שטוּרעמווינט, וואָס ווערט גערוּפן עֵירָקִילוֹן; 15 און אַז די אֳנִיָּה איז געכאַפּט געוואָרן, און האָט נישט געקענט בּייַשטיין דעם ווינט, האָבּן מיר זיך אים אוּנטערגעגעבּן און זענען געטריבּן געוואָרן פון די כוואַליעס. 16 און ווען מיר זענען געפאָרן אין דער סבִיבה פוּן אַ קליינעם אינזל מיטן נאָמען קוֹדָה, האָבּן מיר קוים מיט שוועריקייט געקענט אייַנהאַלטן די שיפל. 17 און ווען זיי האָבּן די שיפל אַרויפגעצויגן, האָבּן זיי גענוּצט מיטלען כּדי אוּנטערצוּגאַרטלען די אֳנִיָּה; און ווייל זיי האָבּן פחד געהאַט, טאָמער וועלן זיי אַרויף אויף דעם חוֹלוֹת סִירְטִיס, האָבּן זיי אַראָפּגעלאָזט די זעגל, און זענען אַזוי געטריבּן געוואָרן. 18 און ווייל מיר האָבּן שווער געליטן פוּן דעם דעם שטוּרמווינט, האָבּן זיי אויף דעם אַנדערן טאָג אָנגעהויבּן אַרויסצוּאוואַרפן די מַשׂא פוּן דער אֳנִיָּה ; 19 און דעם יום השלישי האָבּן זיי מיט זייערע אייגענע הענט אַרויסגעוואָרפן די כֵּלים פוּן דער אֳנִיָּה. 20 און אַזויווי בּמשך פון מערערע טעג, ווען נישט די שֶמֶש, און נישט די כּוֹכָבִים האָבּן זיך בּאַוויזן, און אַ שטאַרקער שטוּרעמווינט האָט זיך פאַרלייגט אויף אוּנדז, האָט זיך בּיי אוּנדז אָפּגעלאָזט כָּל תִּקְוָה נִיצול צוּ ווערן. 21 און היות מען האָט שוֹין לאַנג נישט געהאַט געגעסן, האָט זיך רַב שָאוּל געשטעלט אין זייער מיט, און האָט געזאָגט: אָ מענער, הַלווַאי וואָלט איר זיך געווען צוּגעהאָרכט צוּ מיר, און נישט אוועקצושיפן פוּן קרעטאַ, וואָלט אוּנדז נישט געטראָפן דער דאָזיקער נִיזוק און אבידה. 22 און איצט ראָט איך אייך צוּ זיין פעסט מיט אומץ לב און געשטאַרקט; מחמת סע וועט נישט פאַרלוירן ווערן קיין נֶפש פוּן צווישן אייך, נייערט נאָר די אֳנִיָּה אַליין. 23 מחמת היינטיקע לַיְלָה איז בּיי מיר געשטאַנען אַ מַלאך ה', וועמעס איך בּין, און וועמען איך דין; 24 און ער האָט געזאָגט: אַל תִּפְחַד, שָאוּל, דוּ מוּזסט שטיין פאַר קסר; און זע, ה' האָט דיר בּאַוויליקט די כל, וואָס פאָרן מיט דיר .25 דערפאר, מענער, זייט פעסט מיט אומץ לב און געשטאַרקט; מחמת איך בּין בּטוּחַ אין ה', אַז סע וועט זיין טאַקע אַזוי, ווי עס איז צוּ מיר גערעדט געוואָרן. 26 מיר מוּזן אָבּער פאַרוואָרפן ווערן אויף ערגעץ אַן אינזל. 27 און ווען ס'האָט גענעענט די 14טער לַיְלָה, און מיר זענען געטריבּן געוואָרן אַהער און אַהין אין דעם יַם הָאַדְרִיָּטִי, האָבּן די שיפסלייט דערפיִלט אין חצוֹת הַלַּיְלָה, אַז זיי דערנענטערן זיך צוּ עפּעס אַ יבּשה. 28 און זיי האָבּן אַראָפּגעלאָזט דאָס זינקבּלייַ, און האָבּן געפוּנען 20 קלאַפטער טיף ; און אַ שטיקל דֶּרֶךְ ווייטער האָבּן זיי ווידער אַמאָל אַראָפּגעלאָזט דאָס זינקבּלייַ, און האָבּן געפוּנען 15 קלאַפטער טיף. 29 און ווייל זיי האָבּן פחד געהאַט, טאָמער וועלן מיר זיך אָנשלאָגן אָן פעלזן, האָבּן זיי אַראָפּגעלאָזט 4 אַנקערס פוּן הינטער דער אֳנִיָּה, און האָבּן געהאָפט אויף יוֹם. 30 און ווען די שיפסלייט האָבּן געוואָלט אַנטלויפן פוּן דער אֳנִיָּה, און האָבּן שוין געהאַט אַראָפּגעלאָזט דאָס שיפל אין יַם אַריין, גלייד ווי זיי וואָלטן וועלן אַראָפּלאָזן אַנקערס פוּן דעם פאָדערטייל פוּן דער אֳנִיָּה, 31 האָט רַב שָאוּל געזאָגט צוּם צֶנטוּריוֹן און צוּ די חַיָּלים : איר וועט זיך נישט ראַטעווען ווערן, אחוץ די דאָזיקע וועלן פאַרבּלייַבּן אויף דער אֳנִיָּה [זען מתי 24:13]. 32 יעמאָלט האָבּן די חַיָּלים אָפּגעשניטן די שטריק פוּן דעם שיפל, און האָבּן עס געלאָזט אַראָפּפאַלן. 33 און ווען סע האָט אָנגעהויבּן צוּ טאָגן, האָט רַב שָאוּל זיי אלעמען געבּעטן צוּ נעמען עפּעס עסן, און געזאָגט : עס איז היינט דער 14טער יוֹם, אַז איר וואָרט און פאַסט, און האָט גאָרנישט טועם געווען. 34 דערפאר, בּעט איך אייך, איר זאָלט עפּעס נעמען צוּ עסן; ווייל דאָס איז פאַר אייער רעטוּנג; ווייל קיינעם פוּן אייך וועט קיין איין האָר פוּן דעם קאָפּ נישט פאַרלוירן ווערן. 35 און אַזוי ווי ער האָט דאָס געזאָגט, האָט רַב שָאוּל גענוּמען לֶחֶם, און צו ה' האָט געזאגט המוציא און בּרוּך ה' פאַר אלעמען, און ער האָט עס צעבּראָכן און אָנגעהויבּן צוּ עסן. 36 יעמאָלט האָבּן זיי זיך אלע געשטאַרקט, און האָבּן אַליין אויך גענוּמען לֶחֶם -- 37 און מיר זענען געווען בּסַך-הַכּל אין דער אֳנִיָּה 276 נפָשות -- 38 און נאָך דעם ווי זיי האָבּן זיך אָנגעגעסן צוּ דער זעט, האָבּן זיי לייכטער געמאַכט די אֳנִיָּה, און האָבּן אַרויסגעוואָרפן דעם חִטָּה אין יַם אַריין. 39 און ווען ס'איז געוואָרן יוֹם, האָבּן זיי נישט דערקענט דאָס לאַנד, זיי האָבּן אָבּער בּאַמערקט אַ בּוּכטע מיט אַ בּרעג, און זיי האָבּן בּאַשלאָסן, אויבּ מעגלעך, דאָרטן צוּצוּפירן די אֳנִיָּה אויפן בּרעג. 40 און אַז זיי האָבּן אָפּגעהאַקט די אַנקערס, האָבּן זיי געלאָזט זיי אין יַם, און צוגלייך האָבּן זיי אָפּגעבּוּנדן די בּענדער פוּן די רוּדערס, און אַז זיי האָבּן אַרויפגעצויגן דעם פאָדערזעגל פאַרן ווינט, און זיך אַ לאָז געטאן צוּם בּרעג צוּ. 41 און אַז זיי האָבּן זיך אָנגעשלאָגן אויף אַ זאַמד בּאַנק, וואוּ 2 יַמען בּאַגעגענען זיך, זענען זיי פאַרפאָרן מיט דער אֳנִיָּה אויף דעם בּאָדן; און דער פאָדערטייל פוּן דער אֳנִיָּה האָט זיך אָנגעשטויסן און איז געבּליבּן אוּמבּאַוועגלעך, דער הינטערשטער טייל אָבּער האָט זיך אָנגעהויבּן בּרעכן דוּרך דעם שלאָגן פוּן די כוואַליעס. 42 און די חַיָּלִים האָבּן בּדֵעה געהאַט צוּ טייטן די אסירים, טאָמער וועט עמיצער פוּן זיי אַוועקשווימען און אַנטלויפן. 43 אָבּער דער צֶנטוּריוֹן ווייל ער האָט געוואָלט מַציל זיין רַב שָאוּל, האָט זיי אָפּגעהאַלטן פוּן זייער דֵעה, און האָט בּאַפוילן, אַז די, וואָס קענען שווימען, זאָלן אַראָפּשפּרינגען פוּן דער אֳנִיָּה, און קוֹדם צוּקוּמען צוּ דער יַבָּשה, 44 און די איבּעריקע, טייל אויף בּרעטער, און טייל אויף אַנדערע זאַכן פוּן דער אֳנִיָּה. און אַזוי האָבּן זיך כל געראַטעוועט אויף דער יַבָּשה [זען יונה 2:11]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |