Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש26 כו און אַגְרִיפַּס האָט געזאָגט צוּ רַב שָאוּל : סע איז דיר דערלויבּט צו רעדן פאר דיר אליין. יעמאָלט האָט רַב שָאוּל אויסגעשטרעקט זיין האַנט, און האָט אָנגעהויבּן זיין דבר הצטדּקוּת : 2 איך האַלט מיך פאַר גליקלעך, מֶלֶך אַגְרִיפַּס, וואָס איך קען מיך פאַר דיר היינט פאַרטיידיקן בּנוֹגֵע אלעם, אין וועלכע איך ווער בּאַשוּלדיקט פוּן די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24]; 3 בִּפרַט, ווייל דוּ בּיסט אַ קענער פוּן כל המִנהגים און שַאלות בּיי ייִדן [מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] : אַל-כֵּן, בּעט איך דיך, דו זאָלסט מיך אויסהערן מיט געדולד. 4 מיין דֶרֶך אין לעבּן, פוּן מיין יוּגנט אָן, וואָס איז געווען פוּן אָנהייבּ אָן ימי מגוּרַי בּקֶרֶב עַמִּי בִּירוּשָלַיִם, קענען אלע ייִדן, 5 און זיי ווייסן וועגן מיר פוּן פריער, אויבּ זיי וואָלטן נאָר וועלן עֵדות זאָגן, אַז איך האָבּ, לויט דער שטרענגער כּיתּה פוּן אוּנדזער אֶמוּנה [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] געלעבּט ווי אַ פּרוּש. 6 און איצט שטיי איך דאָ געמִשפּט צוּ ווערן צוליבּ דער האָפנוּנג אין דער הַבטָחה [זען דניאל 12:2; בראשית 3:15; 49:10; שמב 13-7:12; איוב 27-19:25; תהלים 16:10; 4-110:1; מלאכי 3:1 אאַזוו], וואָס ה' האָט מַבטִיחַ געווען אָבוֹתֵינוּ, 7 צוּ וועלכער אוּנדזערע 12 שבָטים, דינענדיק ה' בּהתמדה יומם ולילה, האָפן צוּ דערגרייכן [זען פיל' 3:11]. און וועגן דער דאָיקער תִּקְוָה בּין איך בּאַשוּלדיקט געוואָרן פוּן די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], אָ מֵלך ! 8 פאַרוואָס ווערט עס בּיי אייך געהאַלטן פאַר אוּמגלויבּלעך, אַז ה' טוּט מחַיֵה-מֵתים זיין ? 9 איך אַליין האָבּ געטראַכט בּיי מיר, אַז איך דאַרף אַ סך זאַכן טאָן קעגן דעם נאָמען פוּן יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8] פוּן נָצְרַת. 10 און דאָס דאָזיקע האָבּ איך אויך געטאָן אין ירוּשָלַיִם; און איך האָבּ אויך פאַרשפּאַרט קדוֹשִים רבּים [מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] אין בָּתֵּי כֶּלֶא, אַזוי ווי איך האָבּ בּאַקוּמען סמכוּת פוּן די ראָשי-כֹּהַנים; און ווען מען האָט זיי געהַרגעט, האָבּ איך מַסכּים געווען דערצו. 11 און אין אַלע שוּלן האָבּ איך זיי אָפט בּאַשטראָפט, און זיי געצוואוּנגען צוּ לעסטערן און גַדֵּך שמוֹ [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8]; און ווייל איך בּין געווען אויף זיי שטאַרק אין כַּעס, האָבּ איך זיי גערודפט אַפילו בּיז אין שטעט פוּן חוּץ-לאָרֶץ. 12 און בּשעת מיין נסִיעה קיין דמֶשֶׂק מיט דעם סמכוּת און אויפטראַג פוּן די ראָשי-כֹּהַנים, 13 האָבּ איך אין מיטן טאָג, אָ מֵלך, געזען אויף מיין דֶּרֶךְ אַן אוֹר פוּן הימל, ליכטיקער ווי די שֶמֶש, שיינען אַרוּם מיר און מיך אַרומגעלויכטן און די, וואָס האָבּן געמאַכט די נסִיעה מיט מיר. 14 און ווען מיר זענען אלע אנידערגעפאַלן אויף דער ערד, האָבּ איך געהערט אַ קוֹל זאָגן צוּ מיר אויף לָשון-קוֹדֶש: שָאוּל, שָאוּל, פאַרוואָס רוֹדֶפסטוּ מיך? עס איז שווער פאַר דיר זיך צוּ שטויסן קעגן די שפּיציקע שטעקנס. 15 און איך האָבּ געזאָגט: ווער בּיסטוּ, אֲדוֹנִי? און הָאָדוֹן [זען משיח האדון, תהלים 110:1; מלאכי 3:1] האָט געזאָגט: איך בּין יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8], וועמען דוּ רוֹדֶפסט [זען מתי 25:45; קורא 8:12; 12:27]. 16 אָבּער שטיי אויף און שטעל דיך אויף דיינע רגלים; מחמת צוּליבּ דעם האָבּ איך מיך אַנטפּלעקט צוּ דיר, כּדי דיך צו מאַכן פאַר סמיכה פאַר אַ מְשָרֵת און אַן אֵדות, סיי פוּן דעם וואָס דוּ האָסט געזען, און סיי פוּן דעם, וואָס איך וועל דיך מאַכן זען פוּנוועגן מיר, 17 איך וועל דיך מַציל זיין פוּן דעם יידישן עם [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] און פוּן די אוּמות העוֹלם - צוּ וועמען איך דיך שיק, 18 צוּ עפענען זייערע אויגן, אַז זיי זאָלן זיך אוּמקערן פוּן דער חֹשֶךְ צוּם אוֹר, און פוּן דער מאַכט פוּן דעם שָטן צוּ ה', כּדי זיי זאָלן קריגן סלִיחַת-עוֹנוֹת, און אַ ירוּשה צווישן די וואָס זענען הַמְקֻדָּשִים דוּרך אֶמוּנה [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] אין מיר [רבּי מֵּלך המשיח]. 19 עַל-כֵּן, אָ מֵלך אַגְרִיפַּס, בּין איך נישט געוואָרן אומגעהאָרכזאם צו דער מַרְאֶה וואס רָאִיתִי מִן הַשָמַים, 20 נייערט האָבּ איך געדרשנט [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] קוֹדם אין דמֶשֶׂק, דאַן אין ירוּשָלַיִם, און איבּער כל האֶרֶץ יהוּדה, און אויך צוּ די אומות-העולם, אַז זיי זאָלן תּשוּבה טאָן און זיך אוּמקערן צוּ ה', און טאָן מַעשׂים טוֹבים, וואָס זענען רָאוּי פאַר תּשוּבה. 21 צוּליבּ דער דאָזיקער סִיבּה האָבּן מיך די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] געכאַפּט אין דעם בֵּית-הַמִקדש, און האָבּן מיך געזוּכט צוּ טייטן. 22 על-כּן, ווייל איך האָבּ בּאַקוּמען די הילף, וואָס איז פוּן ה', בּיז היינט, שטיי איך דאָ און זאָג עדוּת פאַר קְטַנִּים און פאַר גָּדוֹלים, און זאָג נישט קיין שום זאַך אַחוץ [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] דאָס וואָס די נבִיאים און מֹשה [רבינו] האָבּן געזאָגט, אַז סע וועט געשען: 23 אַז דער רבי מֵלך המָשיחַ וועט ליידן, און אַז ער, דער ערשטער אויפצוּשטיין תּחִיַת-הַמֵתים, וועט אָנזאָגן ליכט (אוֹר) [זען אוֹר, יָם הַמָּוֶת מגילות ישעיהו 53:10, תחית המתים אוֹר; משיח וועט זען ליכט פון תחית המתים], סיי פאַר דעם יידישן עם, און סיי פאַר די אוּמות העוֹלם .24 און בּשעת רַב שָאוּל האָט אַזוי געהאַלטן זיין דבר הצטדּקוּת, האָט פֶסטוֹס געזאָגט אויף אַ הויך קוֹל : דוּ בּיסט משוּגע, רַב שָאוּל; הַלִּמּוּד הָרַב דערפירט דיך צוּ משוּגַעת. 25 אָבּער רַב שָאוּל האָט געזאָגט: איך בּין נישט משוּגע, זייער חָשוּבער פֶסטוֹס, נייערט איך רער דברים פון אֶמת און ניכטערקייט. 26 מחמת דער מֵלך ווייסט וועגן די דאָזיקע זאַכן, און צוּ אים רער איך בְּבִטָּחוֹן; מחמת איך בּין בּטוח, אַז פוּן די דאָזיקע זאַכן איז אים גאָרנישט פאַרהוילן, ווייל עס איז נישט געטאן געוואָרן אין אַ ווינקל. 27 מֵלך אַגְרִיפַּס, גלויבּסטוּ די נבִיאים? איך ווייס, אַז דוּ גלויבּסט. 28 און אַגְרִיפַּס האָט געזאָגט צוּ רַב שָאוּל : סע פעלט נישט קיין סַך, און דוּ האָסט איבּערגערעדט מיך צוּ ווערן אַ משיחיסט ייִד ! 29 און רַב שָאוּל האָט געזאָגט: הַלוואַי, ה' זאָל געבּן, צי מיט אַ בּיסל, אָדער מיט הַרְבֵּה, נישט נאָר דוּ אַליין, נייערט אויך אלע, וואָס הערן מיך היינט, זאָלן ווערן אַזעלכע ווי איך בּין - נאָר אָן די דאָזיקע קייטן .30 און דער מֵלך איז אויפגעשטאַנען, און דער פּראָקוּראַטאָר, און בֶּרְנִיקָה, און די, וואָס זענען מיט זיי געזעסן; 31 און אַזוי ווי זיי האָבּן זיך אוועקגיין, האָבּן זיי געזאָגט איינער צוּם אַנדערן: דער דאָזיקער מאַן האָט גאָרנישט געטאָן, וואָס פאַרדינט מִיתה, אָדער קייטן. 32 און אַגְרִיפַּס האָט געזאָגט צוּ פֶסטוֹסן : דער דאָזיקער מענטש רַב שָאוּל וואָלט געקענט בּאַפרייט ווערן, אויבּ ער וואָלט נישט אַפּעלירט צוּם קסר. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |