Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש25 כה און ווען פֶסטוֹס איז געקוּמען אין פּראָווינץ אַריין, איז ער אין 3 ימים אַרוּם אַרויפגעגאַנגען פוּן קסריה קיין ירוּשָלַיִם. 2 און די ראָשי-כֹּהַנים און די פאָרנעמסטע פוּן די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] זענען פאַר פֶסטוֹס דערשינען קעגן רַב שָאוּל: און זיי האָבּן אים געבּעטן, 3 און פאַרלאַנגט, אַז פֶסטוֹס זאָל מיט זיי טאָן אַ חֶסֶד, אַז ער רַב שָאוּל לאָזן בּרענגען קיין ירוּשָלַיִם, ווייל זיי האָבּן געמאַכט אַ קֶשֶר אים צוּ טייטן אויפן דֶּרֶךְ. 4 און פֶסטוֹס האָט געענטפערט, אַז רַב שָאוּל בּלייבּט אונטער וואַך אין קסריה, און אַז ער אַליין וועט אין גיכן אַהין אַרויספאָרן. 5 דערפאר, האַט פֶסטוֹס געזאָגט, זאָלן די, וואָס האָבּן צווישן אייך די סַמְכוּת, אַראָפּנידערן מיט מיר, און אויבּ עס איז פאַראַן עפּעס אַן אוּמרעכט אין רַב שָאוּל, זאָלן זיי אים אָנקלאגן. 6 און נאָכן פאַרבּלייבּן בּיי זיי נישט מער ווי 8 אָדער 10 טעג, האָט פֶסטוֹס אַראָפּגענידערט קיין קסריה; און למָחֳרָת האָט ער זיך געזעצט אויף דעם כִּסֵא-הַמִשפּט, און האָט בּאַפוילן, מע זאָל בּרענגען רַב שָאוּל. 7 און ווען רַב שָאוּל איז געקוּמען, האָבּן די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], וועלכע האָבּן אַראָפּגענידערט פוּן ירוּשָלַיִם, אים אַרוּמגערינגלט, און האָבּן געבראכט קעגן אים אַ סך און שווערע בּאשולדיקונגען, וואָס זיי האָבּן נישט געקענט בּאַווייַזן, 8 בּעת רַב שָאוּל האָט זיך פאַרטיידיקט, און געזאָגט: לֹא חָטָאתִי בִמְאומָה לְחֻקֵּי הַיְהודִים, אַף לֹא לַבּית מִקְדָש וְלֹא לַקסר. 9 און אַזוֹיווי פֶסטוֹס האָט געוואָלט נוֹשׂא-חֵן זיין בּיי די ייִדן, האָט ער געזאָגט צוּ רַב שָאוּל : ווילסטוּ אַרויפגיין קיין ירוּשָלַיִם, און דאָרטן געמִשפּט ווערן פאַר מיר פוּנוועגן די דאָזיקע זאַכן? 10 און רַב שָאוּל האָט געזאָגט : איך שטיי פאַרן כִּסֵא-הַמִשפּט פון קסר, וואוּ איך בּאַדאַרף געמִשפּט ווערן; די ייִדן האָבּ איך נישט געטאָן קיין שוּם עָוֶל, ווי אויך דוּ ווייסט עס זייער גוט. 11 אויבּ איך בּין טאָקע אַ רָשע, און האָבּ בּאַגאַנגען עפּעס, פאר וועלכן איך בּין חייב מִיתה, נעגירן איך מיך נישט צו שטארבּן; אויבּ אָבּער ס'איז גאָרנישט אֶמת פוּן יענע זאַכן, אין וואָס די דאָזיקן בּאַשוּלדיקן מיך, קען קיינער מיך נישט איבּערגעבּן צוּ זיי. איך אפּעליר צוּם קסר ! 12 דעמאָלט האָט זיך פֶסטוֹס בּאַראָטן מיט די יוֹעַצים, און האָט געענטפערט : צום קסר האָסטוּ אַפּעלירט; צום קסר וועסטוּ גיין .13 און ווען סע זענען אַריבּער עטלעכע טעג, איז געקוּמען דער מֵלך אַגְרִיפַּס און בֶּרְנִיקָה קיין קסריה, און האָבּן אָפּגעגעבּן פֶסטוֹסן גריסע. 14 און אַזוֹיווי זיי זענען דאָרטן פאַרבּלייבּן אַ סך טעג, האָט פֶסטוֹס געלייגט פאַר דעם מֵלך מִשפּט פון רַב שָאוּל, אַזוי צוּ זאָגן: עס איז פאַראַן דאָ איינער אַ מאַן, וועמען פֶלִיקְס האָט איבּערגעלאָזט בַּמַּאֲסָר; 15 און ווען איך בּין געווען אין ירוּשָלַיִם, האָבּן די ראָשי-כֹּהנים און די זקֵנים פוּן די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] זענען דערשינען פאר מיר, און געבּעטן אַן אוּרטייל קעגן אים. 16 און איך האָבּ זיי געענטפערט, אַז עס איז נישט דער מִנהג פוּן די רוימער עמיצן איבּערצוגעבּן צום טויט, איידער דער בּאַשוּלדיקטער שטייט פאַר די בּאַשוּלדיקער פָּנים-אֶל-פָּנים, און האָט אַ געלעגנהייט זיך צוּ פאַרטיידיקן בּנוֹגֵע דעם בּאשולדיקונג, וואָס ווערט געבּראַכט קעגן אים. 17 דערפאר, ווען זיי זענען זיך דאָ צוּזאַמענגעקוּמען, האָבּ איך נישט געמאַכט קיין אויפהאַלט, נאָר גלייך אויף דעם אַנדערן טאָג מיך געזעצט אויף דעם כִּסֵא-הַמִשפּט, און האָבּ בּאַפוילן, אַז דער מאַן זאָל געבּראַכט ווערן. 18 ווען די בּאַשוּלדיקער זענען אויפגעשטאַנען, האָבּן זיי פוּנוועגן אים נישט געבּראַכט קיין שום בּאַשולדיקונג פון פאַרבּרעכנס, ווי איך האָבּ חושד געווען; 19 נייערט זיי האָבּן געהאַט קעגן אים טַענות פוּנוועגן זייער אייגענער אֶמוּנה, און וועגן איינעם יהושע/ישוע, וואָס איז געשטאָרבּן, און אויף וועמען רַב שָאוּל זאָגט, אַז יהושע/ישוע חי [זען בּראשית 45:26; לוקס 24:23]! 20 און ווייל איך בּין געווען אין סָפק בּנוגע דאָס אויספאָרשונג פון אַזעלכע שאלות, האָבּ איך געפרעגט, צי ער וויל גיין קיין ירוּשָלַיִם, און דאָרטן געמִשפּט ווערן בּנוֹגֵע די דאָזיקע זאָכן. 21 נאָר אַזוֹיווי רַב שָאוּל האָט אַפּעלירט, צו בּלייבּן אין אַרעסט בּיז צו דעם פּסַק-דִין פוּן קסר, האָבּ איך בּאַפוילן, ער זאָל בּאוואכט ווערן בּיז איך וועל אים שיקן צוּם קסר. 22 און אַגְרִיפּס האָט געזאָגט צוּ פֶסטוֹסן : איך אַליין וואָלט אויך וועלן הערן דעם מאַן .מָחָר, האָט ער געזאָגט, וועסטוּ אים הערן. 23 און לְמָחֳרָת, ווען אַגְרִיפַּס און בֶּרְנִיקָה זענען געקוּמען מיט גרויס פּאַראַד, און זענען אַרייַנגעגאַנגען אין די אוֹידיטאָריע, מיט די טריבּוּנען און מיט די חָשובע מענטשן פוּן דער עִיר. און אויף דעם בּאַפעל פוּן פֶסטוֹסן, איז רַב שָאוּל אַרייַנגעבּראַכט געוואָרן. 24 און פֶסטוֹס האָט געזאָגט: אַגְרִיפַּס המֶלֶך, און כל מענטשן, וואָס זענען דאָ מיט אוּנדז, איר זעט דעם דאָזיקן איש, וועגן וועמען דער גאנזער הַמוֹן ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] האָט מיך געבּעטן, סיי אין ירוּשָלַיִם און סיי דאָ, און געטאָן שרייען, אַז רַב שָאוּל טאָר לענגער נישט לעבּן. 25 איך האָבּ אָבּער פאַרשטאַנען, אַז רַב שָאוּל האָט עָשָה גאָרנישט, פאַר וועלכן רַב שָאוּל זאָל זיין חייב מיתה; און אַזוֹיווי ער אַליין האָט אַפּעלירט צוּם קסר, האָבּ איך בּאַשלאָסן, אים צוּ שיקן. 26 איך האָבּ אבּער נישט עפּעס גענויעס צוּ שרייבּן וועגן רַב שָשוּל צוּ אֲדוֹנֵנוּ [נרון קסר], דערפאַר האָבּ איך אים אַרויסגעבּראַכט פאַר אייך, און בּאַזוּנדער פאַר דיר, מֶלֶך אַגְרִיפַּס, כּדי נאָך דער אויספאָרשוּנג, זאָל איך האָבּן וואָס צוּ שרייבּן. 27 מחמת עס שיינט מיר אויס נישט שֵׂכֶלדיק צוּ שיקן אַ געפאַנגענעם, און נישט אַנצוגעבּן די בּאַשוּלדיקוּנגען קעגן אים. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |