Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש24 כד און אין 5 טעג אַרוּם האָט אַראָפּגענידערט חַנַניָה דער כֹּהן-גָדול מיט עטלעכע זקֵנים, און אַ בַּעַל-דְּבָרִים, איינער טֶרְטוּלוֹס; און זיי האָבּן גערעדט צוּם פּראָקוּראַטאָר קעגן רַב שָאוּל. 2 און אַזוי ווי ער איז גערוּפן געוואָרן, האָט טֶרְטוּלוֹס רַב שָאוּל אָנגעהויבּן צוּ בּאַשוּלדיקן, אַזוי צוּ זאָגן : פאַר דעם גרויסן שָלום וואָס מיר טוּען געניסן, האָבּן מיר דיר צוּ פאַרדאַנקען, און דוּרך דיין הַשגָחה זענען אַ סך אויסבּעסערוּנגען געמאַכט געוואָרן פאַר הָעָם הַזֶה, 3 און מיר נעמען דאָס אָן אויף כל אוֹפַנים און אין כל מקוֹמות, חָשוּבסטער פֶלִיקְס, מיט תּוֹדָה רָבָּה. 4 און כּדי איך זאָל דיך נישט צופיל בּאַלעסטיקן, ווען אין דיך, אין דיין גָּדוֹל באַגנעדיקוּנג אוּנדז אויסצוּהערן בּקִיצור. 5 ווייל מיר האָבּן געפוּנען דעם דאָזיקן מענטשן פאַר אַ פּעסט, אַן אויפהעצער פוּן מחלוקות צווישן כל ייִדן איבּער כל העוֹלָם, און אַ מנהיג פוּן דער כּיתּה [פוּן יַהֲדוּת] הַנֶצֶר משיחיסטים ייִדן, מַאֲמִינִים אין דער ייִדישער סעקטע. 6 ער האָט אַפילו געפּרוּאווט מחַלֵל זיין דאָס בֵּית-הַמִקדש, נאָר מיר האָבּן אים געכאַפּט, און האָבּן אים געוואָלט מִשפּטן לויט אוּנדזער תּוֹרה. 7 אָבּער דער טריבּוּן ליזיאַס איז געקוּמען, און האָט אים מיט רב כֹּחַ אַריסגענוּמען פוּן אוּנדזערע הענט, און האָט בּאַפוילן זיינע בּאַשוּלדיקער צוּ קוּמען פאַר דיר. 8 פוּן אים וועסטוּ קענען געוואָר ווערן, נאָך אַ חקירה ודרישה, פוּנוועגן די דאָזיקע אלע זאַכן, וועגן וועלכע מיר בּאַשוּלדיקן אים. 9 און די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] האָבּן מסכים געווען, און האָבּן פאַרזיכערט, אַז עס איז אַזוי. 10 און אַזוי ווי דער פּראָקוּראַטאָר האָט צוּ רַב שָאוּל אַ וואוּנק געטאָן צוּ רעדן, האָט רַב שָאוּל געענטפערט : ווייל איך ווייס, אַז דוּ בּיסט שוֹין כמה יאָרן אַ שוֹפט בּיי האֻמָּה הזֹאת, טוּ איך מיך דערפאר גערן פאַרטיידיקן. 11 מחמת דוּ קענסט אויסגעפינען, אַז ס'איז נישט מער ווי 12 טעג, זינט איך האָבּ עוֹלה-רֶגל געווען, דאַווענענדיק צוּ טאָן אין ירוּשָלַיִם. 12 און זיי האָבּן מיך נישט געפוּנען זיך מִתווַכֵּחַ זיין מיט עמיצן, אָדער מאכנדיק אַ מחלוקה בּיים הַמוֹן, נישט אין דעם בֵּית-הַמִקדש, נישט אין די שוּלן, אויך נישט אין דער שטאָט. 13 זיי קענען דיר אויך נישט בּרענגען קיין ראַיה וועגן די זאַכן פוּן וועלכע זיי בּאַשוּלדיקן מיך איצט. 14 נאָר דאָס דאָזיקע בּין איך מיך מתוודה פאַר דיר, אַז לויט דעם משיחישן דֶּרֶךְ, וואָס זיי [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] רוּפן אָן אַ כּיתּה [פון יַהֲדוּת], טוּ איך דינען דעם אלוקי אבותינו, און טוּ גלויבּן אין אַלצדינג, וואָס סע שטייט געשריבּן אין דער תּוֹרה און אין די נבִיאים; 15 און איך האָבּ תִּקְוָה אין ה', אַז סע וועט זיין תּחִיַת-הַמֵתים, סיי פוּן די צַדיקים און סיי פוּן די רשָעים, וואָס זיי אַליין טוּען אויך דערוואַרטן. 16 דערפאר בּאַמי איך מיך תָּמיד צוּ האָבּן אַ מַצְפּוּן נָקִי פאַר ה' און פאַר בְּנֵי אָדָם. 17 און נאָך שָנים רַבּוֹת בּין איך געקוּמען צוּ בּרענגען פאַר עִַמִּי נדָבות און קָרבָּנות; 18 און בּיי דעם האָבּן זיי מיך געפוּנען מִטַּהֵר אין דעם בֵּית-הַמִקדש, נישט מיט קיין הַמוֹן-עָם, אויך נישט מיט קיין מהוּמה; אָבּער דאָרט זענען געווען עטלעכע ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] פוּן אַסְיָה (קליין), 19 וועלכע וואָלטן געדאַרפט דערשיינען דאָ פאַר דיר, און מאַכן די בּאַשוּלדיקוּנג, אויבּ זיי האָבּן עפּעס קעגן מיר. 20 אָדער זאָלן די דאָזיקע מענטשן אַליין זאָגן, וואָסער אַוולה זיי האָבּן געפוּנען, ווען איך בּין געשטאַנען פאַר דעם סַנהֶררין, 21 אחוץ עס זאָל זיין פאַר דעם איינעם דָּבָר, וואָס איך האָבּ אויסגערוּפן, ווען איך בּין געשטאַנען צווישן זיי : עַל תְחִיַת הַמֵתִים אֲנִי נִשְפָט הַיוֹם לִפְנֵיכֶם. 22 און פֶלִיקְס, קענענדיק דעם משיחישן דֶרֶך גענויער, האָט זיי אָפּגעלייגט, און געזאָגט : ווען ליסִיאַס, דער טריבּוּן, וועט אַראָפּקוּמען וועל איך אַנטשיידן אייער עִנין. 23 און ער האָט בּאַפוילן דעם צֶנטוּריוֹן, אַז ער זאָל געהאַלטן ווערן אוּנטער שמִירה, נאָר האָבּן פרייַהייט, און נישט צוּ פאַרווערן קיינעם פוּן זיינע חברים אים צוּ בּאַדינען. 24 און אין עטלעכע טעג אַרוּם, איז פֶלִיקְס געקוּמען מיט דְּרוּסִילָה, זיין אִשָה, וואָס איז געווען אַ יהודייה [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], און ער האָט געשיקט נאָך רַב שָאוּל, און האָט אים אויסגעהערט וועגן דער אֶמוּנה אין רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 25 און בּשעת רַב שָאוּל האָט גערעדט וועגן צֶדֶק [דניאל 9:24], און כּבּוּש הַיֵּצֶר, און דעם יום-הַדין, וואָס דאַרף קוּמען, האָט זיך פֶלִיקְס געפאָרכטן, און געזאָגט : דוּ מעגסט דאָסמאָל גיין; און ווען איך וועל האָבּן אַ געלעגנהייטלעכע צייט, וועל איך דיך רוּפן צוּ מיר. 26 צוּגלייַך האָט ער אויך געהאָפט צוּ קריגן שוחד געלט פוּן רַב שָאוּל, און צוּליבּ דעם האָט ער אויך אָפט געשיקט נאָך אים, און האָט מיט אים גערעדט. 27 און ווען 2 יאָר זענען פאַרפלאָסן, האָט פּוֹרְקְיוֹס פֶסטוֹס פאַרנוּמען דאָס אָרט פוּן פֶלִיקְס; און ווייל פֶלִיקְס האָט געוואָלט נוֹשׂא-חֵן זיין בּיי די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], האָט ער איבּערגעלאָזט רַב שָאוּל בַּמַּאֲסָר. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |