Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש23 כג און רַב שָאוּל האָט בּאַהעפט זיינע אויגן אויף דעם סַנהֶדרין, און געזאָגט: אֲנָשים אַחִים, איך האָבּ בּיז דעם היינטיקן טאָג געלעבּט פאַר ה' מיט אַ מַצְפּוֹן נָקִי. 2 און דער כֹּהן-גַדול חַנַניָה [זען חנניה כֹּהן גדול בּשעת הערשאפט פון קלוֹדיוֹס קסר און נרוֹן קסר] האָט בּאַפוילן די, וואָס זענען דאָרט בּיי רַב שָאוּל געשטאַנען, אים צוּ שלאָגן אויפן מויל. 3 יעמאָלט האָט רַב שָאוּל צוּ אים געזאָגט: ה' זאָל דיך שלאָגן, דוּ ווייס-געקאַלכטע וואַנט ! און דוּ זיצסט, מיך צוּ מִשפּטן לויט דער תּוֹרה, און בּאַפעלסט, מיך צוּ שלאָגן להֵיפּך דער תּוֹרה ? 4 אָבּער די, וואָס זענען דאָרט געשטאַנען, האָבּן געזאָגט : דוּ לעסטערסט כֹּהן-גָדול פון ה' ? 5 און רַב שָאוּל האָט געזאָגט : אַחִים, איך האָבּ נישט געוואוּסט אַז ער איז דער כֹּהן-גָדול; מחמת סע שטייט געשריבּן : נשיא בעמּךָ לֹא תָאֹר [שמוֹת 22:27]. 6 און וויסנדיק אז איין טייל איז צדוקים און די אנדערע טייל פּרושים האָט רַב שָאוּל אַ געשריי געטאן אין דעם סַנהֶדרין : אֲנָשִים אַחִים, פָּרוּש בֶּן-פָּרוּש אָנֹכִי; פוּנוועגן דער תִּקְוָה פוּן תּחִיַת-הַמֵתים איך ווער געמִשפּט! 7 און ווען רַב שָאוּל האָט דאָס געזאָגט, האָט זיך אויפגעהויבּן אַ מַחלוֹקה צווישן די פּרוּשים און די צדוּקים; און די פאַרזאַמלוּנג איז געווען צעטיילט. 8 מחמת די צדוּקים זאָגן, אַז ס'איז נישטאָ קיין תּחִיַת-הַמֵתים, נישט קיין מַלאך, נישט קיין רוּחַ; די פּרוּשים אָבּער זענען מוֹדה אויף בּיידע. 9 און סע האָט זיך אויפגעהויבּן אַ גרויס געשריי ; און טייל פוּן די סוֹפרים [רַבָּנִים] פוּן דער פּרוּשים-כּיתּה האָבּן זיך אויפגעשטעלט און האָבּן זיך מִתווַכֵּחַ געווען, אַזוי צוּ זאָגן : מיר געפינען נישט קיין שוּם רַע אין דעם דאָזיקן מענטשן; און וואָס איז אויבּ אַ רוּחַ האָט גערעדט צוּ אים, אָדער אַ מַלאך? 10 און ווען דאָס מחלוֹקה איז געוואָרן גאָר גרויס, האָט דער טרִיבּוּן, מורא האָבּנדיק אַז רַב שָאוּל זאָל פון זיי צערייסן ווערן, האָט בּאַפוילן די חַיָּלִים אַראָפּצוּגיין און רַב שָאוּל נעמען מיט געוואַלט פוּן זייער מיט, און אים בּרענגען אין דער מצוּדָה אַריין. 11 און בַּלַיְלָה נִצַּב איז הָאָדוֹן [זען תהלים 110:1; מלאכי 3:1] געשטאַנען לעבּן רַב שָאוּל, און האָט געזאָגט : הִתְחַזֵּק! ווייל ווי דוּ האָסט עֵדות געזאָגט וועגן מיר אין ירוּשָלַיִם, אַזוי מוּזסטוּ אויך אֵדות זאָגן אין רוים. 12 און בּבֹּקֶר האָבּן זיך די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] צוּזאַמענגענוּמען אינאיינעם, און האָבּן זיך געבּוּנדן מיט אַ [פייערלעכער] שבוּעה, אַז זיי וועלן נישט עסן אָדער טרינקען, בּיז זיי וועלן נישט הַרגענען רַב שָאוּל. 13 און מער פוּן 40 זענען עס געווען, וואָס האָבּן געמאַכט די דאָזיקע קֶשֶר שבועה. 14 און זיי זענען געקוּמען צוּ די ראָשי-כֹּהַנים און די זקֵנים, און האָבּן געזאָגט: מיר האָבּן זיך געבּוּנדן מיט אַ [פייערלעכער] שבוּעָה גאָרנישט טוֹעם צוּ זיין, בּיז מיר וועלן נישט הַרגענען רַב שָאוּל. 15 און דעריבּער לאָזט איצט מיט דעם סַנהֶדרין וויסן דעם טריבּוּן, אַז ער זאָל אים אַראָפּבּרענגען צוּ אייך, פּונקט ווי איר וואָלט געוואָלט גענויער אויספאָרשן וועגן אים; און איידער ער וועט זיך דערנענטערן צו אייך, מיר זענען גרייט אים צוּ הַרגענען. 16 און בֶּן-אֲחוֹת פון רַב שָאוּל האָט געהערט פוּן דער לויערונג, און ער האָט גענעענט, און איז אַרייַנגעגאַנגען אין דער מצוּדָה, און האָט עס דערציילט רַב שָאוּל. 17 און רַב שָאוּל האָט גערוּפן צוּ זיך איינעם פוּן די קֶנטוּריוֹנים, און האָט געזאָגט: בּרענג דעם דאָזיקן בָּחור צוּם טריבּוּן, מחמת ער האָט אים עפּעס צוּ דערציילן. 18 און ער האָט אים גענוּמען, און האָט אים געבּראַכט צוּם טריבּוּן, און געזאָגט: רַב שָאוּל, דער ארעסטאנט, האָט מיך גערוּפן צוּ זיך, און האָט מיך געבּעטן צוּ בּרענגען דעם דאָזיקן בָּחור צוּ דיר, מחמת ער האָט דיר עפּעס צוּ דערציילן. 19 און דער טריבּוּן האָט אים אָנגענוּמען בּיי דער האַנט, און אַז ער איז מיט אים אָפּגעגאַנגען אָן אַ זייט, האָט ער אים געפרעגט: וואָס איז עס, וואָס דוּ האָסט מיר צוּ דערציילן? 20 און ער האָט געזאָגט: די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] האָבּן אָפּגערעדט דיך צוּ בּעטן, אַראָפּצוּבּרענגען מָחָר רַב שָאוּל צוּ דעם סַנהֶדרין, פּונקט ווי זיי וואָלטן געוואָלט עפּעס גענויער אויספאָרשן וועגן רַב שָאוּל. 21 דוּ טוּ זיי דערפאר נישט נאָכגעבּן; מחמת עס לאָיערן אויף אים מער ווי 40 מענטשן פוּן זיי, וואָס האָבּן זיך געבּוּנדן מיט אַ שבוּעה נישט צוּ עסן און נישט צוּ טרינקען, בּיז זיי וועלן אים נישט האָבּן געהַרגעט; און זיי זענען איצט גרייט, ווען זיי וואַרטן בּלויז אויף דער הבטָחה פוּן דיר. 22 און דער טריבּוּן האָט געלאָזט גיין דעם בָּחור, און אים בּאַפוילן : דערצייל נישט קיינעם, אַז דוּ האָסט מיר דאָס געגעבּן צוּ וויסן. 23 און ער האָט גערוּפן צוּ זיך 2 פוּן די קֶנטוּרוֹנים, און האָט געזאָגט: גרייט צו 200 חיּלים וואָס זאָלט גיין קיין קסריָה און 70 פָּרָשים אין דער 3טער שָעה פון דער לַיְלָה און שפּיִזנטרעגער 200. 24 און ער האָט בּאַפוילן זיי זאָלן צוגרייטן בּהֵמות, כּדי אַרויפצוּזעצן רַב שַאוּל, און אים בּרענגען אין זיכערהייט צוּ פֶלִיקְס דעם פּראָקוּראַטאָר. 25 און ער האָט געשריבּן אַ בּריוו, לויט דעם שטייגער : 26 קלאַוּדיִוּס ליזיאַס צוּ דעם הוֹד מַעֲלָתוֹ פֶלִיקְס דעם פּראָקוּראַטאָר, שלום. 27 דער דאָזיקער מאַן איז געכאַפּט געוואָרן דוּרך די ייִדן, און האָט שוֹין געזאָלט פוּן זיי געטייט ווערן, ווען איך בּין געקוּמען אויף זיי מיט די חיּלים און האָבּ אים אָפּגעראַטעוועט, ווייל איך בּין געוואָר געוואָרן, אַז ער איז אַ רוימער. 28 און אַזוֹיווי איך האָבּ געוואָלט וויסן די סִיבּה, פאַרוואָס זיי האָבּן אים בּאַשוּלדיקט, האָבּ איך אים אַראָפּגעבּראַכט צוּ זייער סַנהֶדרין; 29 און איך האָבּ געפוּנען, אַז ער ווערט בּאַשוּלדיקט וועגן שאלות פוּן זייער תּוֹרה, און אַז עס איז נישטאָ קיין בּאַשוּלדיקוּנג קעגן אים, וואָס איז ווערט דעם מָוֶת, אָדער קייטן. 30 און אַזוי ווי עס איז מיר אָנגעוויזן געוואָרן, אַז אַ קֶשֶר ווערט געמאַכט קעגן דעם מאַן, האָבּ איך אים תיכף געשיקט צוּ דיר, און האָבּ בּאַפוילן זיינע בּאַשוּלדיקער צוּ רעדן קעגן אים פאַר דיר. 31 און די חיּלים האָבּן גענוּמען רַב שָאוּל, לויט ווי עס איז זיי בּאַפוילן געוואָרן, און האָבּן רַב שָאוּל געבּראַכט בּיינאַכט קיין אַנטיפּאַטריס [זען אנטיפּאטריס, עִיר אויף דֶרֶך צו קסריָה]. 32 און לְמָחֳרָת האָבּן זיי געלאָזט די רייטער גיין מיט אים, און האָבּן זיך אוּמגעקערט צוּ דער מְצוּדָה. 33 און אַז זיי זענען געקוּמען קיין קסריה, האָבּן זיי איבּערגעגעבּן דעם פּראָקוּראַטאָר דעם בּריוו, און אויך פירגעשטעלט פאַר אים רַב שָאוּל. 34 און אַזוי ווי ער האָט אים געלייענט, האָט ער געפרעגט פוּן וואָסער פּראָווינץ (מדִינה) רַב שָאוּל איז; און אַז ער האָט געהערט, אַז ער איז פוּן קִילִיקְיָה, 35 האָט ער געזאָגט: איך וועל דיך אויסהערן ווען דיינע בּאַשוּלדיקער וועלן אויך אַהער קוּמען; און ער האָט בּאַפוילן, אים צוּ האַלטן אין פּרעטאָריוּם פון הוֹרדוס. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |