Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש22 כב אֲנָשים אַחִים און אבות, הערט אויס די דבר הצטדּקוּתי, וואָס איך מאַך איצט פאַר אייך. 2 און ווען זיי האָבּן געהערט, אַז רַב שָאוּל רעדט צוּ זיי אויף בַּשָּפָה הָעִבְרִית, זענען זיי געוואָרן נאָך שטילער. און רַב שָאוּל האָט געזאָגט : 3 איך בּין אַ ייִד, געבּוירן אין טַרְסוּס פוּן קִילִיקְיָה, אָבּער דערצויגן אין דער דאָזיקער עִיר, בּיי די רגלים פוּן [רבּן] גַמלִיאֵלן [א תנא], געלערנט לויט די דִקדוּקֵי-עַנִיות פוּן דער תּוֹרה פוּן אבותינו, און בּין געווען אַ קַנָּאי פאַר ה', טאקע ווי איר אלע זענט אין דעם היינטיקן טאָג. 4 איך האָבּ גערוֹדֶפט דעם דאָזיקן [משיחיסט] דֶרֶךְ בּיז צוּם מָוֶת, און האָבּ געבּוּנדן און איבּערגעבּנדיק אין בֵּית הַסֹּהַר אריין סיי אֲנָשִים און סיי נָשים, 5 אַזוֹיווי דער כֹּהן-גָדול און דער גאַנצע בּית הזקֵנים קענען אויף מיר עֵדות-זאָגן, פוּן וועמען איך האָבּ בּאַקוּמען בּריוו צוּ די אַחִים, און האָבּ געצויגן קיין דַמֶשׂק צוּ בּרענגען אויך די, וואָס זענען דאָרטן געווען, געבּוּנדן קיין ירוּשָלַיִם, כּדי זיי זאָלן בּאַשטראָפט ווערן. 6 און הנה עס איז געווען, ווען איך בּין געווען אויף מיין נסִיעה, און האָבּ מיך דערנענטערט צוּ דַמֶשֶׂק, האָט ארום האַלבּן טאָג פּלוּצים געשיינט אַרוּם מיר אַן אוֹר גָּדוֹל פוּן שָמַיִם. 7 און איך בּין געפאַלן צוּ דער ערד, און האָבּ געהערט אַ בת-קוֹל זאָגן צוּ מיר: שָאוּל, שאוּל, פאַרוואָס רוֹדֶפסטוּ מיך? 8 און איך האָבּ געענטפערט: ווער בּיסטוּ, אֲדוֹנִי ? און ער האָט צוּ מיר געזאָגט : איך בּין יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8] פוּן נָצְרַת, וועמען דוּ רוֹדֶפסט. 9 און די, וואָס זענען מיט מיר געווען, האָבּן געזען דאָס אוֹר, נאָר זיי האָבּן נישט געהערט דאָס קוֹל, וואָס האָט צוּ מיר גערעדט. 10 און איך האָבּ געזאָגט : וואָס זאָל איך טאָן, אֲדוֹנִי ? און הָאָדוֹן [זען תהלים 110:1; מלאכי 3:1 משיח האדון] האָט צוּ מיר געזאָגט : שטיי אויף, און גיי קיין דַמֶשֶׂק, און דאָרט וועט דיר געזאָגט ווערן וועגן אַלעם, וואָס איז בּאַשטימט פאַר דיר צוּ טאָן. 11 און אַזוֹיווי איך האָבּ נישט געקענט זען צוּליבּ דעם גלאַנץ פוּן יענעם אוֹר [ליכט], בּין איך געקומען קיין דַמֶשֶק, געפירט בּיי דער האַנט פוּן די, וואָס זענען מיט מיר געווען. און בּין געקוּמען קיין דַמֶשֶׂק. 12 און אַ געוויסער חַנַניָה, אַ פרוּמער ייִד [מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] לוֹיט דער תּוֹרה, אַ בַּעַל שֶם טוב צווישן כל ייִדן, וואָס האָבּן דאַרטן געוואוינט, 13 איז געקוּמען צוּ מיר, און שטעלנדיקך זיך דערנעבּן, האָט ער צוּ מיר געזאָגט : ייִד אָחִי רַב שָאוּל, בּאַקוּם דיין ראִיה ! און אין יענער סאַמע שָעה האָבּ איך בּאַקוּמען מיין ראִיה און אים געזען. 14 און ער האָט געזאָגט: דער אלוקים פוּן אֲבוֹתֵינוּ האָט דיך אויסדערוויילט צוּ וויסן זיין רָצון, און צוּ זען דעם צַדיק [משיח], און צוּ הערן אַ קוֹל פוּן זיין [משיחס] מויל אַרויס; 15 מחמת דוּ וועסט זיין פאַר אים [משיח] אַן עֵדות צו כָּל בְּנֵי אָדָם פוּנוועגן דעם, וואָס דוּ האַסט געזען און געהערט. 16 און איצט, פאַרוואַס צעגערסטו דיך? שטיי אויף, און לאָז דיך מקוה מים טוֹבלט זיין, און וואַש אָפּ דיינע עבירות, אנרופנדיק אָן שמוֹ [זכריה 12-6:11; עזרא 3:8]. 17 און עס איז געשען, אַז בּעת איך האָבּ מיך אוּמגעקערט קיין ירוּשָלַיִם, און ווען איך האָבּ דאווענען אין דעם בֵּית-הַמִקדש, און הָיְתָה עָלַי יַד-ה' [בְּרוּחַ הַקֹּדֶש], 18 און האָבּ אים [משיח] געזען זאָגן צוּ מיר : אייל דיך, און גיי געשווינד אַרויס פוּן ירוּשָלַיִם, ווייל זיי [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] וועלן דאָ נישט אָננעמען דיין עֵדות וועגן מיר [משיח]. 19 און איך האָבּ געזאָגט : אֲדוֹנִי, זיי אַליין ווייסן, אַז איך פלעג איינזעצן אין בֵּית הַסֹּהַר, און אין יעדער שוּל געגעבּן מַלקות די, וועלכע האָבּן געגלויבּט אין דיר. 20 און בּשעת דאָס דַם פון דיין [משיחס] עדות סְטֵפָנוֹס איז פאַרגאָסן געוואָרן, בּין איך אליין געשטאַנען דערבּיי, מַסכּים זייענדיק דערצו, און געטאָן היטן די מַלבּוּשים פוּן די [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], וואָס האָבּן אים געהַרגעט. 21 און ער [משיח] האָט צוּ מיר געזאָגט : גיי ; ווייל איך וועל דיך שיקן ווייט צוּ די אוּמות-העוֹלם. 22 און זיי האָבּן אים אויסגעהערט פיז צוּ דעם דאָזיקן דְּבַר [גוים, זען יונה 11-4:4]; און זיי האָבּן אויפגעהויבּן זייער קוֹל, און געזאָגט : פאַרטיליג אַזאַ מענטשן פוּן דער ערד ! מחמת ער איז נישט כּדַאי, אַז ער זאָל לעבּן! 23 און ווען זיי האָבּן געשריגן, און האָבּן אַ לתצאטראַפּגעוואָרפן זייערע מַלבּוּשים, און געשלייַדערט שטויבּ אין דער לוּפטן, 24 האָט דער טריבּוּן בּאַפוילן, אַז רַב שָאוּל זאָל געבּראַכט ווערן אין דער מצוּדָה אַריין, און געהייסן, אַז ער זאָל אויסגעפאָרשט ווערן דוּרך מַלקות, כּדי ער זאָל וויסן די סִיבּה, פאַרוואָס זיי האָבּן אַזוי געשריגן קעגן רבַ שָאוּל. 25 און אַזוי ווי זיי האָבּן רַב שָאוּל געבּוּנדן מיט די רימענס צום שמייסן, האָט רַב שָאוּל געזאָגט צוּ דעם צֶנטוּריוֹן, וואָס איז דערבּיי געשטאַנען : צי איז עס רעכט פאַר אייך צוּ שמייסן אַ מענטשן, וואָס איז אַן אֶזְרָח רוֹמִי, און נישט פאַרמִשפּטער ? 26 און ווי דער צֶנטוּריוֹן האָט דאָס געהערט, איז ער געגאַנגען צוּם טרְיבּוּן און האָט צוּ אים געזאָגט : וואָס וועסטוּ טאָן ? מחמת דער דאָזיקער מאַן איז אַ רוימער ! 27 און דער טרִיבּוּן איז צוגעקוּמען, און האָט צוּ רַב שָאוּל געזאָגט: זאָג מיר, בּיסטוּ אַ רוימישער בּירגער ? האָט רַב שָאוּל געזאָגט : כֵּן. 28 און דער טרִיבּוּן האָט געענטפערט : מיט גרויסן פּרייז האָבּ איך מיר אייַנגעקויפט דאָס דאָזיקע אֶרָחוּת. און רַב שָאוּל האָט געזאָגט : אָבּער איך בּין דערין געבּוירן געוואָרן (אַ רוימער). 29 יעמאָלט האָבּן די, וואָס זענען געווען גרייט אים אויסצוּפאָרשטן, רַב שָאוּל תֵיכּף אָפּגעלאָזט; און אויך דער טרִיבּוּן האָט זיך געפאָרכטן, דערוויסנדיק זיך, אַז רַב שָאוּל איז אַ רוימער, און מחמת ער האָט רַב שָאוּל געלאָזט בּוּנדן. 30 און לְמָחֳרָת, אָבּער, ווייל דער טרִבּוּן האָט געוואָלט דערגיין אויף זיכער פאַרוואָס רַב שָאוּל איז פוּן די ייִדן אָנגעקלאָגט געוואָרן, האָט ער אים בּאַפרייט פון די קייטן, און האָט בּאַפוילן די ראָשי-כֹּהַנים און דעם גאַנצע סַנהֶדרין זיך צוּזאַמענקוּמען, און האָט אַראָפּגעבּראַכט רַב שָאוּל און אים אַוועקגעשטעלט פאַר זיי. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |