Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש21 כא און עס איז געשען, ווען מיר האָבּן זיך אָפּגעשיידט פוּן זיי און זענען אַוועקגעפאָרן אויפן די אֳנִיָּה, זענען מיר מיט אַ גלייַכן דֶּרֶךְ געקוּמען קיין קוֹס, און דעם נעכסטן טאָג קיין רוֹדוֹס, און פוּן דאָרטן קיין פָּטָרָה. 2 און אַזוֹיווי מיר האָבּן געפוּנען אַן אֳנִיָּה, וואָס איז געגאַנגען קיין פֵינִיקְיָה, זענען מיר אייַנגעשטיגן און אָפּגעפאָרן. 3 און אַזוי ווי מיר האָבּן גענעענט און געזען קַפְרִיסִין, און איבּערלאָזנדיק זי אויף לינקס, האָבּן מיר זיך אוועקגעשיפט קיין סוּרְיָה, און זענען אָנגעקוּמען קיין צוֹר, מחמת דאָריטן האָט די אֳנִיָּה געדאָרפט אויסלאָדן איר פראַכט. 4 און אַז מיר האָבּן געפוּנען משיחס תּלמידים, זענען מיר דאָרטן פאַרבּלייבּן 7 טעג. און זיי האָבּן געזאָגט צוּ רַב שָאוּל דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, אַז ער זאָל נישט אַרויפגיין קיין ירוּשָלַיִם. 5 און ווען מיר האָבּן געהאט געענדיקט די טעג, האָבּן מיר אַוועקגעצויגן און זענען געגאַנגען אויף אוּנדזער דֶּרֶךְ ; און זיי אלע האָבּן אוּנדז בּאַגלייט מיט זייערע נָשים און יְלָדים, בּיז מיר זענען אַרויס פוּן דער שטאָט. און מיר האט פאלן אַראָפּ בּיים יַם-בּרעג און דאווענען תפילות ; און דערנאָך האָבּן מיר זיך געזעגנט איינער מיטן אַנדערן, 6 און דאַן זענען מיר איינגעשטיגן אויף דער אֳנִיָּה, און זיי האָבּן זיך אוּמגעקערט אַהיים. 7 און אַז מיר האָבּן פאַרענדיקט די נסִיעה פוּן צוֹר, זענען מיר אָנגעקוּמען קיין עכּוֹ [לעבּן חֵיפָה], און האָבּן אָפּגעגעבּן שָלום די אַחִים במשיח, און זענען פאַרבּלייבּן מיט זיי יוֹם אֶחָד. 8 און אויף מָחָר האָבּן מיר אַוועקגעצויגן, און זענען געקוּמען קיין קסריָה, און מיר זענען אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית פוּן פיליפּוּסן, דעם בַּעל-דרשן מבשר [מַגִּיד פון דער בּשׂוּרת הגאוּלָה למען קרוּב רחוֹקים פאר ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], וואָס איז געווען איינער פוּן די 7 [זען מהש 6:5], און זענען פאַרבּלייבּן מיט אים. 9 און ער האָט געהאַט 4 בּנוֹת, בּתוּלוֹת, וואָס האָבּן נבִיאות געזאָגט. 10 און ווען מיר זענען דאָרטן געווען עטלעכע טעג, איז אַראָפּגעקוּמען פוּן ארץ יהוּדה איינעד אַ נָביא מיטן נאָמען אֲגָבוֹס. 11 און ער איז געקוּמען צוּ אוּנדז, און האָט גענוּמען רַב שָאוּלס גאַרטל, און האָט זיך געבּוּנדן זיינע אייגענע רגלים און הענט, און האָט געזאָגט: דאָס זאָגט דער רוּחַ הַקוֹדֶש : אַזוי וועלן די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] אין ירוּשָלַיִם בּינדן דעם אִיש, וואָס האָט דעם דאָזיקן גאַרטל, און וועלן אים איבּערענטפערן אין די הענט פוּן די גוֹיים. 12 און ווען מיר האָבּן דאָס געהערט, האָבּן מיר און די מענטשן פוּן יענעם אָרט רַב שָאוּל געבּעטן, נישט אַרויפצוּגיין קיין ירוּשָלַיִם. 13 יעמאָלט האָט רַב שָאוּל געענטפערט : וואָס טוּט איר, וואָס וויינט איר און צעבּרעכט מיר מיין לֵב ? מחמת איך בּין גרייט נישט בּלויז געבּוּנדן צוּ ווערן, נאָר אויך צוּ שטאַרבּן אין ירוּשָלַיִם פאַר דעם נאָמען פוּן הָאָדוֹן יהושע/ישוע [זכריה 12-6:11; עזרא 3:8]. 14 און אַז ער האָט זיך נישט גלאָזט איבּעררעדן, האָבּן מיר שטיל געשוויגן, און געזאָגט : דער רָצון ה' יעשה. 15 און נאָך די דאָזיקע טעג האָבּן מיר איינגעפּאַקט אוּנדזערע זאַכן, און זענען אַרויפגעגאַנגען קיין ירוּשָלַיִם. 16 און סע זענען אויך מיטגעגאַנגען מיט אוּנדז אייניקע פון משיחס תַּלמידים פוּן קסריה, מיטפירנדיק אַ געוויסן מְנָסוֹן פון קפריסין, אן אלטער תלמיד פון משיח פון פריעסטע טעג אָן [זען מְנָסוֹן דער עד ראייה פון דער פריעסטע טאָג אָן פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה אין משיח פאר לוקס די היסטאָריקער צו אינטערוויואירן], בּיי וועמען מיר האָבּן געזאָלט אייַנשטיין אין הכנסת אורחים אין זיין בּית אין ירושלים [זען דאָ סוף פון 3טער שליחות נסיעה; איצט קורא און קורב און רומ' האט שוין געשריבן]. 17 און אַז מיר זענען געקוּמען קיין ירוּשָלַיִם, האָבּן די אַחִים במשיח אוּנדז מקַבּל-פָּנים געווען מיט שִׂמְחָה. 18 און אויף דעם נעכסטן טאָג איז רַב שָאוּל מיט אוּנדז אַרייַנגעגאַנגען צוּ יַעקֹבן ; און כל זקנים זענען אַהין געקוּמען. 19 און אַזוי ווי ער האָט זיי געגעבּן שָלום-עליכם, האָט ער דערציילט בַּארִיכות אלץ וואָס ה' האָט דוּרך זיין עוּבדת קודש געטאָן צווישן די אוּמות-הָעוֹלם. 20 און ווען זיי האָבּן דאָס געהערט, האָבּן זיי האָבן געזאגט, בּרוּך ה' ; און זיי האָבּן צוּ אים געזאָגט : דוּ זעסט, אָח במשיח, וויפל טויזנטער ייִדן עס זענען פאַראַן, וואָס גלויבּן [זען דא פרום משיחיסטים מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, אמונה אין סיני ברית און זיין מצוות און אויך ברית חדשה, ירמיהו 31:30; מתי 26:28], און זיי זענען כל קַנָאים פאַר דער תּוֹרה [סיני ברית און זיין מצוות מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24; אויך רב שָאוּל, זען מהש 16:3; 18:18; 20:16; 21:26]; 21 און עטלעכע מענטשן זענען דערציילט אַ קלאָג [שֶקֶר] וועגן דיר, אַז דוּ לערנסט אלע ייִדן, וועלכע געפינען זיך צווישן די אוּמות-הָעוֹלם, אַז דוּ מתנגד לתורת מֹשה [סיני ברית און זיין מצוות], זאָגנדיק אַז זיי זאָלן נישט מַל זיין זייערע יְלָדים, און אויך נישט לעבּן נאָך די מנהגים [זען מחש 16:21 און 16:3 צו אפשלאגן שקרים] פוּן דער תּוֹרה [סיני ברית און זיין מצוות]. 22 על-כּן, וואָס זאָלן מיר טאָן? זיי וועלן אַווַדאי הערן, אַז דוּ בּיסט געקוּמען. 23 טוּ דערפאר דאָס, וואָס מיר זאָגן דיר : מיר האָבּן 4 מענטשן, וואָס האָבּן אַ נֵדר אויף זיך [זען מהש 18:18; במדבר 21-6:1; רב שָאוּל איז ארטאדאקסיש יידיש פרום]; 24 נעם די דאָזיקע און הִטָּהֵר דיך מיט זיי, און נעם אויף זיך די הוֹצָאות פאַר זיי, אַז זיי זאָלן זיך קענען אָפּגאָלן זייערע קעפּ; און אלע וועלן וויסן אַז דאָס, וואָס זיי האָבּן געהערט וועגן דיר, איז נישט אֶמת, נייערט אַז אויך דוּ אַליין גייסט אויפן דֶרֶך צַדיקים [פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], און אַתָּה בְּעַצְמְךָ הִתְהַלַּכְתָּ שומר מצוות חֲרֵדִי אין די תּוֹרה [זען במדבר 21-6:1; זען מהש 16:3; 18:18; 20:16; לוקס וויזט רב שָאוּל פרום און שומר מצוות]. 25 און וואָס שַייך די אוּמות-הָעוֹלם מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, האָבּן מיר געשריבּן, און גוֹזר געווען, אַז זיי זאָלן זיך אָפּהאַלטן פוּן דעם, וואָס מע האָט מַקריב געווען צוּ אֱ-לִילִים, און פוּן דָּם, און פוּן בּשׂר הַנֶּחֱנָק, און פוּן זנוּת. 26 יעמאָלט האָט רַב שָאוּל גענוּמען די מענטשן [מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], און אויף דעם אַנדערן טאָג האָט ער זיך מְטֹהָרִים מיט זיי, און איז געגאַנגען אין דעם בֵּית-הַמִקדש אַריין, און געלאָזט וויסן, ווען סע וועלן דערפילט ווערן די ימֵי הַטָּהֳרָה, און דער קָרבּן וועט געבּראַכט ווערן פאַר יעדן בן אדם פוּן זיי. 27 און אַזוי ווי די שִבְעַת הַיָּמִים האָבּן זיך שוֹין געהאַט כּמַעט פאַרענדיקט, האָבּן די ייִדן [פעלנדיק ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] פוּן אַסְיָה (קליין) אויפגעהעצט דעם גאנצן המון, ווען זיי האָבּן רַב שָאוּל געזען אין בֵּית-הַמִקדש, און האָבּן אויסגעשטרעקט זייערע הענט אויף רַב שָאוּל, 28 און האָבּן געשריגן: אַנְשֵי יִשׂרָאל העלפט ! דאָס איז דער מאַן, וואָס לערנט אלע מענטשן אוּמעטוּם אַנטקעגן הָעָם יִשׂרָאל און דער תּוֹרה און דעם דאָזיקן מָקוֹם קָדוֹש; און חוּצדעם האָט ער אויך געבּראַכט גריכן אין בֵּית-הַמִקדש אַריין, און האָט מחַלֵל געווען דעם דאָזיקן מָקוֹם-קָדוש. 29 -- ווייל זיי האָבּן פריער געזען מיט רַב שָאוּל אין דער עִיר טרוֹפימוּסן, דעם אֶפֶסִי, און האָבּן געמיינט, אַז רַב שָאוּל האָט אים אַרייַנגעבּראַכט אין בֵּית-הַמִקדש-- 30 און די כָּל הָעִיר האָט געטוּמלט, און דאָס עָם איז זיך צוּנויפגעלאָפן; און זיי האָבּן אָנגענוּמען רַב שָאוּל, און האָבּן אים אַרויסגעשלעפּט פוּן דעם בֵּית-הַמִקדש; און די דלתוֹת זענען תֵיכּף געשלאָסן געוואָרן. 31 און ווען זיי האָבּן אים געוואָלט טייטן, איז אָנגעקוּמען אַ שֹׁמַע צוּם מְפַקֵּד הַגְּדוּד, אַז כל ירוּשָלַיִם איז אין אַן אויפבּרויז. 32 און ער האָט גיך גענוּמען חַיָּלִים און שָרֵי מֵאוֹת, און איז אַראָפּגעלאָפן צוּ זיי. און אַז זיי האָבּן דערזען דעם טריבּוּן [שַר הָאֶלֶף] און די חַיָּלִים, האָבּן זיי אויפגעהערט צוּ שלאָגן רַב שָאוּל. 33 און דער טריבּוּן איז צוּגעגאַנגען, און האָט רַב שָאוּל אָנגענוּמען, און בּאַפוילן מען זאָל אים בּינדן מיט 2 קייטן, און געפרעגט, ווער ער איז, און וואָס ער האָט געטאָן. 34 און יעדער איינער אינם המון האָט עפּעס אנדערש געשריגן; און אַזוֹיווי דער טריבּוּן האָט צוּליבּ דעם געטוּמל נישט געקענט דערניין קיין טאָלק, האָט ער בּאַפוילן, אים צוּ בּרענגען אין דער מצוּדָה אַריין. 35 און ווען רַב שָאוּל איז צוּגעקוּמען צוּ די טרעפּ, האָבּן די חַיָּלִים אים געטראָגן צוּליבּ דעם צאָרן פוּן דעם המון; 36 מחמת די מאַסע איז נאָכגעגאַנגען, און האָט געשריגן : אוועק מיט אים! 37 און ווען רַב שָאוּל האָט געזאָלט אַרייַנגעבּראַכט ווערן אין דער מצוּדָה, האָט רַב שָאוּל געזאָגט צוּם טריבּוּן : מעג איך דיר עפּעס זאָגן? און דער טריבּוּן האָט געזאָגט: קענסטוּ גריכיש? 38 בּיסטוּ דען נישט דער מִצרי, וועלכער האָט מיט אַ געוויסער צייט צוריק געמאַכט אַ מרִידה, און האָט אַרויסגעפירט אין דער מִדבּר אַריין די 4,000 מענער פוּן די רוֹצחים? 39 אָבּער רַב שָאוּל האָט געזאָגט: איך בּין אַ ייִד פוּן טַרְסוֹס אין קִילִיקְיָה, אַ תּוֹשב פוּן אַן אָנגעזעענער שטאָט; און איך בּעט דיך, גיבּ מיר דערלויבּעניש צוּ רעדן צוּם עָם. 40 און ווען ער האָט אים געגעבּן דערלויבּעניש, האָט רַב שָאוּל, ווי ער איז אַזוי געשטאַנען אויף די טרעפּ, אַ מאַך געטאָן מיט דער האַנט צוּם עָם, און אַזוי ווי עס איז געוואָרן אַ גרויסע שטילקייט, האָט רַב שָאוּל גערעדט צוּ זיי בַּשָּפָה הָעִבְרִית, אַזוי צוּ זאָגן : THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |