Acts 20
Orthodox Hasidic Yiddish Bible

מהש20

כ און נאָך דעם ווי די מהוּמה האָט זיך אייַנגעשטילט, האָט רַב שָאוּל געשיקט נאָך משיחס תַּלמידים, און אַז ער האָט זיי מַזהיר געווען און זיך מיט זיי געזעגנט, און איז אַרויסגעגאַנגען צוּ גיין קיין מָקֵדוֹנְיָה. 2 און ווען ער איז דוּרכגעצוֹיגען דוּרך יענע געגנטן, און האָט די דאָרטיקע מאמינים [מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] געטרייסט מיט רבים דברים, איז ער געקוּמען קיין יָוָן [גריכלאַנד]. 3 און אַזוי ווי ער האָט דאָרטן פאַרבּלייבּן 3 חַדָשים, און אַ קֶשֶר איז קעגן אים געמאַכט געוואָרן מצד די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], ווען רַב שָאוּל איז געווען גרייט מיט אַ אֳנִיָּה קיין סוּרְיָה צו אוועקצושיפן; דעריבּער האָט ער בּאַשלאָסן זיך צו אוּמצוּקערן דוּרך מָקֵדוֹנְיָה [זען קורא 9-16:5; קורב 7-7:5 ;2:13-1:15; מהש 24:17]. 4 און עס האָבּן אים בּאַגלייט סוֹפַּטְרוֹס בֶּן פִּירוֹס פון בֵּרֵאָה, און פוּן תּסלוֹניקי, אֲרִיסְטַרְכוֹס און סקוּנדוּס; און גיוּס פוּן דֶרְבִּי, און טִימוֹתֵיאוֹס; און פוּן אַסְיָה (קליין), טיכיקוּס און טרוֹפִימוּס [זען מהש 21:29]. 5 און די דאָזיקע זענען געגאַנגען פאָרויס, און האָבּן געוואַרט אויף אוּנדז אין טרוֹאַס. 6 און נאָך פֵּסח זענען מיר אַוועקאָפּגעפאָרן פוּן פיליפּי, און אין 5 טעג אַרוּם זענען מיר געקוּמען צוּ זיי קיין טרוֹאַס, וואוּ מיר זענען פאַרבּלייבּן 7 טעג. 7 און אויף ברִאשוֹן בּשָבוּעַ [יום רִאשון, מוצאי שבת], ווען מיר זענען זיך צוּנויפגעקוּמען לִבְצֹעַ לֶחֶם [זען יהודים אין משיח 10:25], האָט פּוילוס רַב שָאוּל געדרשנט צו זיי, ווייל ער האָט בּדֵעה געהאַט לְמָחֳרָת אַוועקצוּפאָרן; און ער האָט פאַרצויגן זיין דרָשה בּיז חֲצוֹת. 8 און עס זענען געווען אַ סך לאָמפן [זען תהלים 119:105] אין דעם עֲלִיָּה, וואוּ מיר זענען געווען פאַרזאַמלט אינאיינעם. 9 און איינער אַ בּחור אֶוְטִיכוס שמוֹ איז געזעסן אין דעם פענסטער, און איז אַריַינגעפאַלן אין אַ טיפן שלאָף; און בּשעת רַב שָאוּל האָט נאָך אלץ פאַרצויגן מיט זיין דרשענען, האָט דער שלאָף אים בּייַגעקוּמען, און ער איז אַראָפּגעפאַלן פוּן דעם דריטן שטאָק, און מען האָט אים אויפגעהויבּן אַ טויטן. 10 און רַב שָאוּל איז אַראָפּגעגאַנגען, און איז ארויפגעפאַלן אויף אים, און האָט אים אַרוּמגענוּמען, און געזאָגט: אַל תִּבָּהֲלוּ, מחמת זיין נשָמה איז אין אים. 11 און אַזוי ווי ער איז אַרויפגעגאַנגען, און בָּצַע לֶחֶם [סעודת משיח און מלווה מלכּה], און געגעסן, האָט ער מיט זיי גערעדט אַ לאַנגע צייט, בּיז עס איז געווארן שחרת, און דאַן איז ער אַוועקגעגאַנגען. 12 און זיי האָבּן אָפּגעפירט דאָס בּחור אַ לבּעעדיקן, און זיי האָבּן זיך נישט ווייניק גערטרייסט. 13 מיר אָבּער זענען געגאַנגען פאָרויס צוּ דער אֳנִיָּה. און האָבּן זיך אוועקגעשיפט קיין אַסוֹס, און האָבּן בּדֵעה געהאַט דאָרט אַרייַנצוּנעמען רַב שָאוּל; מחמת אַזוי האָט ער בּאַשלאָסן, ווייל ער האָט געוואָלט גיין צוּפיס. 14 און ווען רַב שָאוּל האָט אוּנדז געטראָפן אין אַסוֹס, האָבּן מיר אים אַרייַנגענוּמען, און זענען געקוּמען קיין מיטיליני. 15 און פוּן דאָרטן זענען מיר אָפּגעפאָרן, און זענען אויף דעם נעכסטן טאָג געקוּמען אנטקייגנאיבּער כִּיוֹס; און דעם אַנדערן טאָג האָבּן מיר געקומען קיין סָמוֹס; און דעם פאָלגנדיקן טאָג זענען מיר געקוּמען קיין מִילִטוֹס. 16 מחמת רַב שָאוּל האָט בּאַשלאָסן פאַרבּייַצוּפאָרן אֶפֶסוֹס, כּדי ער זאָל נישט דאַרפן פאַרלירן קיין צייט אין אַסְיָה (קליין); ווייל ער האָט זיך געאיילט, אויף ווי ווייט מעגלעך, צוּ זיין אין ירוּשָלַיִם אויף שבוּעות. 17 און פוּן מִיליטוֹס האָט ער געשיקט קיין אֶפֶסוֹס, און האָט געלאָזט רוּפן צוּ זיך די זִקנֵי הקהלה [זקֵנים פוּן דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24]. 18 און ווען זיי זענען צוּ אים געקוּמען, האָט ער צוּ זיי געזאָגט: איר אַליין ווייסט, וויאַזוי פוּן דעם ערשטן טאָג אָן, וואָס איך בין געקומען קיין אַסְיָה (קליין)...וויאַזוי איך האָבּ מיט אייך פאַרבּראַכט די גאַנצע צייט, 19 ווען איך האָבּ געדינט הָאָדוֹן [זען תהלים 110:1; מלאכי 3:1] מיט כל עֲנָוָה, און מיט טרערן און מיט נִסיוֹנות, וואָס זענען מיך בּאַפאַלן דוּרך די קֶשֶר פוּן די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24]; 20 ווי איך האָבּ מיך נישט אָפּגעהאַלטן פוּן אָנזאָגן אייך עפּעס, וואָס איז ניצלעך, און אייך געלערנט עפנטלעך [קורב 4:2], און פוּן בֵּית צוּ בֵּית, 21 עדות זאָגנדיק סיי פאַר ייִדן, סיי פאַר גריכן, פוּנוועגן תּשוּבה צוּ ה', און אֶמוּנה צוּ אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8]. 22 און איצט, הנה, איך גיי געבּוּנדן אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש קיין ירוּשָלַיִם, און איך ווייס נישט, וואָס מיך וועט דאָרטן טרעפן; 23 אַחוּץ, וואָס דער רוּחַ הַקוֹדֶש טוּט מיר עֵדות-זאָגן אין יעדער שטעטל, אַז כּבוּלים און צרות וואַרטן אויף מיר. 24 אָבּער איך האָלט נישט מיין לעבּן אַזוי טייער פאַר מיר אַליין, ווי דאָס אַז איך זאָל קענען פאַרענדיקן מיין מסלול (גאַנג), און די עבודת קודש שרוּת, וואָס איך האָבּ מקַבּל געווען פוּן הָאָדוֹן יהושע/ישוע, עדות צו זאָגן פון די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּנוועגן דעם חֶסֶד ה' [דה ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24]. 25 און איצט, הנה, איך ווייס, אַז איר וועט מער קיינמאָל נישט זען מיין פּנים, איר אלע, צווישן וועמען איך בּין ארומגעגאנגען, אויסרופנדיק דאָס מַלכות ה'. 26 דערפאר בּין איך מֵעיד פאַר אייך היינטיקן טאָג, אַז איך בּין נקי פוּן דָּם פוּן אייער אַלע. 27 מחמת איך האָבּ נישט פאַרמיטן פאַר אייך אָנצוּזאָגן די עֵצה ה' כֻּלָּהּ. 28 שִמְרוּ נפשוּתיכם און כל העֶדֶר, איבּער וועלכער דער רוּחַ הַקוֹדֶש האָט אייך געמאַכט פאַר משגיחים רוּחָניים [אויפזעערס], לרעות קְהִלַּת ה' [פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], וואָס ה' האָט זיך געקויפט מיט די דָּם פון זיין אייגן [זען ישעיהו 53:7; משלי 30:4; תהלים 33:6; דניאל 14-7:13; תהלים 110:1; מלאכי 3:1]. 29 איך ווייס, אַז נאָך מיין אַוועקגיין וועלן בּייזע וועלף [מורי שקר אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] אריינקומען צווישן אייך, און נישט שוינען די עֶדֶר; 30 און פוּן צווישן אייך אַליין וועלן אויפשטיין מענטשן, וועס וועלן רעדן פאַרקערטע זאַכן, אָפּצוּנייגן די תּלמידים נאָך זיך. 31 דערפאר, זיין שומר און שטיין אויף דער וואַך, געדענקענדיק אַז אין מֶשֶך פוּן 3 יאָר האָבּ איך נישט אויפגעהערט צוּ זאָגן מוסר צו יעדן בן אדם מיט טרערן יומם ולילה. 32 און איצט לאָז איך אייך אויף בּאַראָט ה', און צוּ דעם דָּבָר פוּן זיין חֶסֶד, וועלכער איז בּכּוֹח אייך אויפצוּבּויען, און צוּ געבּן אייך די ירוּשָה צווישן כָּל המִקֻדָּשים. 33 איך האָבּ פון קיינעם נישט בּאַגערט כֶּסֶף אָדער זָהָב אָדער שטריימלעך. 34 איר אַליין ווייסט, אַז די דאָזיקע הענט האָבּן געדינט פאַר מיינע בּאַדערפענישן, און פאַר די, וואָס זענען געווען מיט מיר. 35 אין אַלצדינג האָבּ איך אייך געוויזן, אַז האָרעווענדיק אויף אַזאַ אוֹפן דאַרף מען העלפן די שוואַכע, און צוּ געדענקען די רייד פוּן הָאָדוֹן יהושע/ישוע, וואָס ער אליין האָט געזאָגט: ס'איז בּעסער צוּ געבּן, ווי צוּ נעמען. 36 און אַזוי ווי ער האָט דאָס געזאָגט, האָט רַב שָאוּל פאלן אראָפּ און דאַווענען תפילות . 37 און זיי האָבּן אלע בּיטער געוויינט, און זענען געפאַלן רַב שָאוּל אויפן האָלדז און האָבּן אים געקוּשט, 38 און מער פוּן אלץ האָבּן זיי זיך מצַער מיט עָגְמַת נֶפֶש געווען פוּנוועגן דעם דָּבָר, וואָס ער האָט געזאָגט, אַז זיי וועלן זיין פָּנים מער נישט זען. און זיי האָבּן אים בּאַגלייט אויף זיין דֶּרֶךְ צוּ דער אֳנִיָּה.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Acts 19
Top of Page
Top of Page