Acts 19
Orthodox Hasidic Yiddish Bible

מהש19

יט און עס איז געשען, בּשעת רַב אַפּוֹלוֹס איז געווען אין קוֹרינט, איז רַב שָאוּל דוּרכגעגאַנגען דוּרך דעם אזוֹרים עליונים, און איז געקוּמען קיין אֶפֶסוֹס, און האָט געפוּנען עטלעכע תַּלמידים. 2 און רבַ שָאוּל האָט צוּ זיי געזאָגט: האָט איר מקַבּל געווען דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [זען לוקס 3:16; מהש 48-10:44], ווען איר זענט געוואָרן מַאמִינים? האָבּן זיי צוּ אים געזאָגט: מיר האָבּן אַפילוּ נישט געהערט, צי סע איז פאַראַן אַ רוּחַ הַקוֹדֶש! 3 און ער האָט געזאָגט: אויף וואָס דען זענט איר מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן? האָבּן זיי געזאָגט: אויף מקוה מים טבִילה פון יוֹחנן. 4 און רַב שָאוּל האָט געזאָגט: יוֹחָנָן האָט מקוה מים געטוֹבלט מיט דער מקוה מים טבִילה פוּן תּשוּבה, און האָט געזאָגט צוּם עם, אַז זיי זאָלן גלויבּן אין דעם [רבי מֵלך המשיח], וועלכער וועט קומען נאָך יוֹחָנָן, דאָס הייסט, אין יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8]. 5 און אַז זיי האָבּן דאָס געהערט, האָבּן זיי זיך געלאָזט מקוה מים טוֹבלען בְּשֵם יהושע/ישוע אדוננו. 6 און ווען רַב שָאוּל האָט אַרויפגעלייגט אויף זיי זיינע הענט, איז אויף זיי געקוּמען דער רוּחַ הַקוֹדֶש [זען מהש 48-10:44]; און זיי האָבּן גערעדט מיט אַנדערע לשוֹנות [זען מהש 2:4; 10:46; מרק' 16:17], און האָבּן נבִיאות געזאָגט. 7 און זיי זענען געווען אַן עֶרֶך פוּן 12 מענטשן. 8 און רַב שָאוּל איז אַרייַנגעגאַנגען אין דער שוּל און האָט מוּטיק גערעדט אין מֶשֶך פוּן 3 חַדָשים, און האָט זיך מִתוַוכֵּחַ געווען און איבּערצייגט בּנוֹגֵע דעם מַלכות ה'. 9 אָבּער ווען אייניקע [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] זענען געווען פאַרהאַרטעוועט [קשה, זען שמות 32:9] לבבם און האָבּן נישט געגלויבּט, און גערעדט רָעוֹת פאַר דעם עם פוּנוועגן דעם דֶּרֶךְ [ה' פון משיחיסטים יידן], האָט רַב שָאוּל אָפּגעקערט פוּן זיי, און אָפּגעשיידט משיחס תַּלמידים, און האָט זיך טאָג טעגלעך מִתווַכֵּחַ געווען און האט געזאגט שעורים אין דעם ישיבה פוּן טִרָנוֹס. 10 און דאָס איז אָנגעגאַנגען אַ מֶשֶך פוּן 2 יאָר, אַזוי, אַז אלע, וואָס האָבּן געוואוינט אין [די רוימער מָחוֹז פון] אַסְיָה [קליין], האָבּן געהערט דאָס דָּבָר ה', סיי ייִדן און סיי גריכן. 11 און ה' האָט געטאָן גבוּרוֹת [אויסערגעווייֵנלעכע וואונדער] דוּרך די הענט פוּן רַב שָאוּל, 12 אַזוי, אַז מען פלעגט אוועקטראָגן פוּן זיין לייבּ טיכלעך אָדער פאַרטיכער פאַר די חוֹלִים און די מחלוֹת האָבּן זיי פאַרלאָזט און די שדים זענען אַרויסגעגאַנגען. 13 און אייניקע פוּן די וואַנדערנדיקע ייִדישע מגרשים שדים האָבּן גענוּמען אויף זיך אָנצוּרוּפן דעם שֵם הָאָדוֹן יהושע/ישוע [זכריה 12-6:11; עזרא 3:8] איבּער די, וואָס האָבּן געהאַט די שדים, און האָבּן געזאָגט: איך בּאַשווער אייך בּיי יהושע/ישוע, וועמען רַב שָאוּל רופט אויס! 14 און עס זענען געווען 7 בָּנִים פוּן איינעם סְקֵוָה, אַ ייִדִשער רֹאש כֹּהֵן, וואָס האָבּן דאָס געטאָן. און דער שדים האָט געענטפערט, און צוּ זיי געזאָגט: יהושע/ישוע קען איך, און פּאוּלוּסן [רַב שָאוּל] קען איך, ווער אָבּער זענט איר [זען יוחנן 3:3]? 16 און דער מענטש, אין וועמען עס איז געווען דער שדים, האָט אויף זיי אַ שפּרונג געטאן, און האָט זיי אלע גוֹבר געווען, אַזוי אַז זיי זענען אַרויסגעלאָפן פוּן יענעם בֵּית נאַקעט און פצוּעים. 17 און דאָס איז בּאַקאַנט געוואָרן צוּ אלע ייִדן און גריכן, וועלכע האָבּן געוואוינט אין אֶפֶסוֹס; און אַ מורא איז געפאַלן אויף זיי אלע, און דער שֵם יהושע/ישוע אדוננו איז געוואָרן געגרויסט. 18 און רבים פוּן די, וואָס האָבּן געגלויבּט, זענען געקוּמען און האָבּן זיך מִתווַדה געווען [להתודּות], און האָבּן דערציילט פון זייערע פריערדיקע מַעשׂים. 19 און רבים, וואָס האָבּן זיך פארנומען מיט כִּישוף, האָבּן צוּנויפגעבּראַכט זייערע [מִסְתּוֹרִי] בּיכער, און האָבּן זיי פאַרבּרענט פאַר אַלעמען אין די אויגן; און מען האָט בּאַרעכנט זייער ווערט, און האָבּן געפוּנען, אַז עס האָט בּאַטראָפן 50,000 זילבּערשטיק. 20 אַזוי מעכטיק איז דאָס דָּבָר ה' געוואַקסן און האָט זיך געשטאַרקט. 21 און נאָך דעם ווי די דאָזיקע זאַכן זענען געשען, האָט רַב פאָרגענומען אין זיין רוּחַ, אַז ווען ער וועט האָבּן דוּרכצוּגיין דוּרך מָקֵדוֹנְיָה און אָכָיָה, צוּ גיין קיין ירוּשָלַיִם, און ער האָט געזאָגט: אַחֲרֵי שֶאֶהְיֶה שָם עָלַי לִרְאוֹת גַם אֶת רוֹמָא. 22 און ער האָט געשיקט קיין מָקֵדוֹנְיָה 2 משרתים, טִימוֹתֵיאוֹס און אֱרַסְטוֹס, און ער אַליין איז נאָך פאַרבּלייבּן אַ צייט אין אַסְיָה (קליין). 23 און אַרוּם יענער צייט האָט איז געשען אַ מהוּמה לֹא קטנה בּנוֹגֵע דעם דֶרֶך [דֶרֶך החיים, דֶרֶך ישועת אלוקינו, דֶרֶך ה', הדֶרֶך המשיחיסטים]. 24 מחמת איינער אַ מאַן מיטן נאָמען דֶּמֶטְרִיוֹס, אַ זילבּערשמיד, וואָס האָט געמאַכט זילבּערנע טעמפּלען פוּן [אֱלִיל] אַרטֶמִיס, האָט אַרייַנגעבּראַכט גוּטע הַכנָסוֹת פאַר די בּעלי-מלָאכות [אֱלִיל מאכערס]. 25 זיי האָט ער צוּנויפגענוּמען מיט די אַרבּעטער - פוּן דעם זעלבּן פאַך, און האָט געזאָגט: חֲבֵרִים, איר ווייסט, אַז פוּן דער דאָזיקער ארבּעט האָבּן מיר אוּנדזער פַּרנָסה [זען מתי 6:24]. 26 און איר זעט און הערט, אַז נישט נאָר אין אֶפֶסוֹס אַליין, נאָר כּמַעט אין גאנץ אַסְיָה [קליין] האָט דער דאָזיקער רַב שָאוּל איבּערגערעדט און אָפּגעקערט רבים, ווייל רַב שָאוּל זאָגט, אַז דאָס זענען נישט קיין א-לים, וואָס ווערן געמאַכט מיט די הענט. 27 און נישט נאָר איז פאַראַן אַ סַכָּנה, אַז די דאָזיקע פאַך אוּנדזערע זאָל קריגן אַ שלעכט נאָמען, נאָר אפילו דער טעמפּל פוּן דער גרויסער ג-טיִן אַרטֶמִיס וועט פאַר נישט געאַכט ווערן, און עט קען אַפילו זיין, אַז עס וועט אַוועקגענומען ווערן פוּן איר כבוד, זי, וואָס גאַנץ אַסְיָה (קליין) און די עוֹלם הַזֶּה דינען איר. 28 און ווי זיי האָבּן דאָס געהערט, זענען זיי געוואָרן פוּל מיט צאָרן, און האָבּן אויסגעשריגן: גָּדוֹל איז די אַרְטֶמִיס פוּן די אֶפֶסִים ! 29 און די שטאָט איז געוואָרן פוּל מיט מהומה : און אלע צוזאמען האָבּן געשטורמט אין טעאַטער, מיטשלעפּנדיק גָּיוֹס און אֲרִיסטַרְכוֹס, מָקֵדוֹנְיער, וואָס זענען געווען חַבֵרים פון רַב שָאוּל אין דער משיחס שליחות נסִיעה. 30 און ווען רַב שָאוּל האָט בּדֵעה געהאַט אַרייַנצוּגיין צווישן דעם הָמוֹן, האָבּן משיחס תַּלמידים אים נישט געלאָזן. 31 און אויך כַּמָּה מֵרָאשֵי אַסְיָה [קליין], וואָס זענען געווען פריינט פון רַב שָאוּל, האָבּן צוּ אים געשיקט, און אים געבּעטן, ער זאָל זיך נישט איינשטעלן צוּ קוּמען אין טעאַטער אַריין. 32 און טייל האָבּן געשריגן איין זאַך, און אַנדערע עפּעס אַנדערש; מחמת די פאַרזאַמלונג איז זעווען צעטומלט; און די מערסטע האָט נישט געוואוּסט, צוּליבּ וועלכן זיי זענען זיך צוּזאַמענגעקוּמען. 33 און זיי האָבּן אַרויסגעבּראַכט אַלֶכּסַנדרן פוּן דעם הַמוֹן, וועמען די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] האָבּן געשטופּט פאָרויס. און אַלֶקסַנדר האָט מאַך געטאן מיט דער האַנט, און געוואָלט האַלטן אַ דבר הגנה פאַר המון. 34 אָבּער ווען זיי האָבּן בּאַמערקט, אַז ער איז אַ ייִד, האָבּן זיי אלע אין מֶשֶך פוּן 2 שָעה געשריגן ווי מיט איין קוֹל : גָּדוֹל איז אַרטמיס פוּן די אפסים ! 35 און אַז דער שטאָט-שרייַבּער האָט אייַנגעשטילט דאָס הָמוֹן מענטשן, האָט ער געזאָגט: אַנְשֵי אֶפֶסוֹס, וועלכער בְּנֵי אָדָם ווייס נישט, אַז די שטאָט פוּן די אפסים איז די טעמפּל-היטערין פוּן דער גרויסער אַרטמיס, און פוּן איר צלם, וואָס איז אַראָפּגעפאַלן פוּן שָמַיִם? 36 אזוי ווי מען קען די דאָזיקע זאַכן נישט סותר-זיין, האָט איר זיך געזאָלט פאַרהאַלטן רואיק, און גאָרנישט טאָן אין איילעניש. 37 הִנֵּה איר האָט אַהערגעבּראַכט די דאָזיקע אֲנָשִים, וואָס זענען נישט קיין שודְדֵי מִקְדָּשִים, אויך נישט קיין מְחַלְּלִים פוּן אוּנדזער ג-טיִן. 38 דערפאר, אויבּ דֶמֶטְרִיוֹס און די האנטווערקער מיט אים האָבּן עפּעס אַ טַענה קעגן עמיצן, זענען די בָּתֵּי מִשְפַּט אָפן, און סע זענען פאַראַן פּראָקאָנסוּלן, לאָזן זיי פאַרקלאָגן איינער דעם אַנדערן. 39 און אויבּ איר זוכט עפּעס אַנדערש, וועט דאָס געלייזט ווערן אין דער אספה חֻקִּית. 40 מחמת מיר זענען אין סַכָּנה פאַרקלאָגט צוּ ווערן פאַר דער אינתיפאדה, ווייל עס איז נישטאָ קיין סִיבּה, מיט וועלכער מיר זאָלן קענען פארענטפערן דאָס דאָזיקע מהוּמה. 41 און ווען ער האָט דאָס געזאָגט, האָט ער די פאַרזאמלוּנג פוּנאנדערגעלאָזט.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Acts 18
Top of Page
Top of Page