Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש18 יח און נאָך דעם האָט רַב שָאוּל אָפּגעקערט פוּן אַתּוּנָה (אַטען), און איז געקוּמען קיין קאָרינט. 2 און ער האָט געפוּנען איינעם אַ ייִדן מיטן נאָמען עַקִילַס, וואָס האָט געשטאַמט פוּן פּוֹנטוּס, און וואָס איז נישט לאַנג געקוּמען פוּן איטַלְיָה מיט זיין אִשָה פְּרִיסְקִילָה, צוליבּ [אנטיסעמיטיש] קלוֹדיוֹס [קסר] האָט בּאַפוילן אלע ייִדן צוּ פאַרלאָזן רוים. און רַב שָאוּל איז געקוּמען צוּ זיי, 3 און מחמת ער איז געווען פוּן דער זעלבּער פאַך, איז ער געבּליבּן מיט זיי, און זיי האָבּן געאַרבּעט צוּזאַמען, מחמת בּיי זייער מלָאכה זענען זיי געווען עֲשִׂיַּת אֹהָלִים. 4 און רַב שָאוּל האָט זיך מִתווַכֵּחַ געווען אין דער שוּל יעדן שַבּת, און האָט געזוכט איבּערצוצייַגט ייִדן און גריכן. 5 און ווען סילאַ און טִימוֹתֵיאוֹס זענען אַראָפּגעקוּמען פוּן מָקֵדוֹנְיָה, האָט רַב שָאוּל זיך שטאַרק געמיִט פאַר דעם דָּבָר ה', און האָט עֵדות געזאָגט פאַר די ייִדן, אַז יהושע/ישוע איז דער רבי מֵלך המָשיחַ. 6 און ווען אבּער זיי [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] האָבּן זיך אַקייגנגעשטעלט און געלעסטערט, האָט ער נִעֵר בְּגָדָיו, און האָט צוּ זיי געזאָגט: אייער דָּם זאָל זיין אויף אייערע אייגענע קעפּ! איך בּין נָקִי; פוּן איצט אָן וועל איך גיין צוּ די אוּמות-העולם. 7 און רַב שָאוּל האָט אָפּגעקערט פוּן דאָרטן, און איז אַרייַנגעגאַנגען אין דעם בֵּית פוּן אַ געוויסן מאן מיטן נאָמען טיטְיוֹס יוּסטוּס, אַ יְרֵא אלוקים, און וועמעס בֵּית איז געשטאַנען נאָענט צוּ דער שוּל! 8 און קריספּוּס, דער גַבּאי פוּן דער שוּל, מיט זיין כל בּני בֵּית, האָבּן געגלויבּט אין הָאָדוֹן; און רבים פוּן די קאָרינטער, וועלכע האָבּן געהערט הדברים פון ה', האָבּן געגלויבּט, און זענען מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן. 9 און הָאָדוֹן האָט געזאָגט צוּ פּוילוס [רַב שָאוּל] דוּרך אַ חָזוֹן בְּלַיְלָה : האָבּ נישט קיין מורא, נאָר רעד, און שווייג נישט; 10 מחמת איך בּין מיט דיר, און קיינער וועט דיך נישט אָנרירן, דיר שלעכטס צוּ טאָן; מחמת איך האָבּ עם רב אין דער דאָזיקער שטאָט. 11 און ער האָט דאָרטן זיך אויפגעהאַלטן 18 חַדָשים, און האָט געלערנט צווישן זיי דאָס דְּבַר ה'. 12 און ווען גַּלִּיּון איז געווען פּראָקאָנסוּל פוּן אָכָיָה, זענען די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] אויפגעשטאַנען אינאיינעם קעגן רַב שָאוּל און האָבּן אים געבּראַכט פאַר דעם כִּסֵא-הַמִשפּט, 13 און געזאָגט: דער דאָזיקער אִיש טוּט איבּעררעדן בְּנֵי אָדָם צוּ דינען ה' להֵיפּך דער תּוֹרה. 14 און ווען רַב שָאוּל האָט געוואָלט עפענען זיין מויל, האָט גַּלִּיוֹן געזאָגט צוּ די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24]: אויבּ דאָס וואָלט געווען אַן עִנין פוּן עוולה אָדער פוּן בּייזע געמיינהייט, יהודים, פארשטייט זיך, אַז איך וואָלט געווען געדולדיק מיט אייך; 15 אויבּ אָבּער עס זענען שַאלות וועגן דבָרים און נעמען אין דער תּוֹרה אייערער, זעט איר אליין דערצו; איך וויל נישט זיין קיין שוֹפט איבּער די דאָזיקע זאַכן. 16 און ער האָט זיי פאַרטריבּן פוּן דעם כֵּס-הַמִשפּט. 17 און אלע האָבּן געכאַפּט סוֹסתֵּנִיס, דעם גַבּאי פוּן דער שוּל, און האָבּן אים געשלאָגן פאַר דעם כֵּס-הַמִשפּט. און גַּלִּיוֹן האָט נישט זאָרגן. 18 און רַב שָאוּל איז נאָך דאָרטן פאַרבּלייבּן יָמים רבים, און דאַן האָט ער זיך געזעגנט מיט די אַחִים במשיח, און איז אַוועקגעפאָרן פוּן דאָרטן מיט אַן אֳנִיָּה קיין סוּרְיָה, און מיט אים פּריסקילה און אַקִילַס; נאָכן אפּגאָלן זיך דעם קאָפּ אין קנכּראיה; מחמת ער האָט גענוּמען אויף זיך אַ נֵדר [זען במדבר 21-6:1; רב שָאוּל איז ארטאדאקסיש יידיש פרום; זען מהש 24-21:23; במדבר 21-6:1]. 19 און זיי זענען געקוּמען קיין אֶפֶסוֹס, און רַב שָאוּל האָט זיי דאָרטן איבּערגעלאָזט; אָבּער ער אַליין איז אַרייַנגעגאַנגען אין דער שוּל, און האָט גערעדט מיט די ייִדן. 20 און ווען זיי האָבּן אים געבּעטן, אַז ער זאָל בּיי זיי בּלייבּן אַ לענגערע צייט, האָט ער נישט אייַנגעשטימט; 21 נאָר האָט זיך געזעגנט און האָט ער געזאָגט : איך וועל ווידער קומען צוּ אייך, אִם יִרצֶה ה', און ער איז אוועקגעשיפט אין אַן אֳנִיָּה פוּן אֶפֶסוֹס. 22 און אַז ער איז געקוּמען קיין קסריה, איז ער אַרויפגעגאַנגען און האָט אָפּגעגעבּן דרשו בּשלום צו דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה [אין ירושלים], און דאַן האָט ער אַראָפּגענידערט קיין אַנְטִיּוֹכְיָה [זען דאָ סוף פון 2טער שליחות נסיעה; איצט תסלא און תסלב האט שוין געשריבּ]. 23 און נאָך דעם ווי רַב שָאוּל האָט דאָרטן פאַרבּראַכט אַ געוויסע צייט, האָט ער אָפּגעקערט, און איז דוּרכגעגאַנגען כסדר דוּרך דער געגנט פוּן גָּלַטְיָה, און פריגיה, און האָט מחזק כל משיחס תַּלמידים. 24 און איינער אַ ייִד מיטן נאָמען רַב אַפּוֹלוֹס [זען יהודים אין משיח 13:25-1:1], וואָס האָט געשטאַמט פוּן אַלכּסנדּריה, איז געקוּמען קיין אֶפֶסוֹס. ער איז געווען אַ געלערנטער מענטש, און א תלמיד חכם פון משיח מעכטיק אין די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש. 25 דער דאָזיקער איז געווען געלערנט אין דעם דֶּרֶךְ ה', און זייענדיק אייפריק אין גייסט, האָט ער גערעדט און געלערנט פּינקטלעך בּנוֹגֵע יהושע/ישוע, הַגַם ער האָט בּלויז געקענט די מקוה מים טבִילה פוּן יוֹחָנָן [זען לוקס 3:16]. 26 און ער האָט אָנגעהויבּן צוּ רעדן מוּטיק אין דער שוּל. ווי אבּער פריסקילה און עַקִילַס האָבּן אים געהערט, האָבּן זיי אים גענוּמען צוּ זיך, און אים נאָך גענויער קלאָר געמאַכט דעם דֶּרֶךְ ה' [זען מהש 7-19:1 ;47-10:44 ;4-2:1]. 27 און ווען ער האָט געוואָלט גיין קיין אָכָיָה, האָבּן אים די אַחִים במשיח צוגעגעבּן מוּט, און האָבּן געשריבּן משיחס תּלמידים, אים מקַבּל-פָּנים צוּ זיין. און ווען רַב אַפּוֹלוֹס איז אָנגעקוּמען, האָט ער פיל געהאָלפן די, וואָס האָבּן געגלויבּט דוּרך דעם חֶסֶד ה', 28 ווייל רַב אַפּוֹלוֹס מיטן גאנצן כח האָט געהאַלטן וויכוחים מיט די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], אויפווייזנדיק עפנטלעך פון די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש, אַז יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11; עזרא 3:8] איז דער רֶבּי מלך המָשיחַ. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |