Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש17 יז און אַזוי ווי זיי זענען דוּרכגעגאַנגען אַמפיפּוֹליס און אַפּוֹלוֹניה, זענען זיי געקוּמען קיין תֶּסָּלוֹנִיקִי, וואוּ עס איז געווען אַ ייִדיש שוּל. 2 און לויט זיין געוואוינהייט איז רַב שָאוּל צוּ זיי אַרייַנגעגאַנגען, און האָט 3 שַבָּתים זיך מיט זיי מִטווַכֵּחַ געווען פוּן די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש, 3 האָט זיי געעפנט און בּאַוויזן, אַז דער רֶבּי מלך המָשיחַ האָט געמוּזט ליידן, און ווידער אויפשטיין פוּן הַמֵּתִים, און אַז דער דאָזיקער יהושע/ישוע, וועלכן איך בּין מבָּשׂר פאַר אייך, איז דער רבי מֵלך המָשיחַ. 4 און אייניקע פוּן זיי האָבּן זיך איבּערצייגט, און זענען משתתף אין משיחס חבוּרה צוּ רַב שָאוּל און סילאַן [זען מהש 42-2:41]; און אויך רבים פוּן די פרוּמע גריכן, און פוּן די חָשוּבע נָשים אויך נישט ווייניקע. 5 אָבּער די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] האָבּן זיי מקַנא געווען, און האָבּן גענוּמען מיט זיך עטלעכע אנשי בּליּעל פון די מאַרק, און האָבּן פאַרזאַמלט אַ המון, און געמאַכט אַ מהומה אין דער שטאָט; און זיי האָבּן אַרוּמגערינגלט דאָס בֵּית פוּן יָסוֹן, און האָבּן משיחס שליחים געוואָלט אַרויסבּרענגען פאַר דעם המון. 6 און ווי זיי האָבּן זיי נישט געפוּנען, האָבּן זיי ארויסגעשלעפּט יָסוֹן און עטלעכע אַחִים במשיח פאַר די רָאשֵי הָעִיר, און האָבּן געשריגן: די דאָזיקע אנשים, וואָס האָבּן איבּערגעקערט כל העולם, זענען אויך געקוּמען אַהער! 7 און יָסוֹן האָט זיי אויפגענוּמען; און זיי אלע האַנדלען קעגן די געזעצן פוּן קסר, ווייל זיי זאָגן, אַז ס'איז פאַראַן אַן אַנדערער מֵלך, יהושע/ישוע. 8 און זיי האָבּן דערצערנט דאָס המון און די מנהיגים פוּן דער שטאָט, ווען זיי האָבּן דאָס געהערט. 9 און אַזוי ווי זיי האָבּן גענוּמען ערבוּת געלט פוּן יָסוֹן און די איבּעריקע, האָבּן זיי זיי אָפּגעלאָזט. 10 און די אַחִים במשיח האָבּן תֵיכּף בַּלַּיְלָה אַוועקגעשיקט רַב שָאוּל און סילאַן קיין בֵּרֵאָה; און ווען זיי זענען אָנגעקוּמען אַהין, זענען זיי אַרייַנגעגאַנגען אין די ייִדישער שוּל. 11 און די דאָזיקע יידן זענען געווען אֲצִילֵי-רוּחַ פוּן יענע אין תסּלוניקי, ווייל זיי האָבּן אָנגענומען דָּבָר ה' מיט בְּכָל לֵב [אָנגענומען הֶמְנֵעַ הַטְּעִיָּה פון תַּנַך], און האָבּן טאָג-טעגלעך געפאָרשט מיט חזרה און הארעווען די כִּתבֵי-הַקוֹדֶש, כדי לראות אם דברים פון רַב שאָוּל און סילא זענען דברי אמת. 12 רבים פוּן זיי האָבּן דעריבער געוואָרן משיחיסטים, און נישט ווייניקע פון די גריכישע נָשים פוּן חָשוּבן שטאַנד און אויך גְּבָרִים. 13 אָבּער ווען די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] פוּן תסלוֹניקי האָבּן זיך דערוואוסט, אַז אויך אין בֵּרֵאָה האָט רַב שָאוּל אָנגעזאָגט דאָס דָּבָר ה', זענען זיי אויך געקוּמען אַהין, אויפרעגנדיק און אויפהעצנדיק די המון. 14 און יעמאָלט האָבּן די אַחִים במשיח תֵיכּף אַוועקגעשיקט רַב שָאוּל צוּ גיין קיין יַם [הים האיגאי]; און סילאַ און טִימוֹתֵיאוֹס זענען נאָך פאַרבּלייבּן דאָרטן. 15 און די, וואָס האָבּן בּאַגלייט רַב שָאוּל, האָבּן אים געבּראַכט קיין אַתּוּנָה [אַטען]; און אַזוי ווי זיי האָבּן בּאַקוּמען אַ בּאַפעל פאַר סילאַן און טִימוֹתֵיאוֹס, אַז זיי זאָלן קוּמען צוּ רַב שאָוּל ווי צום געשווינדסטן, זענען זיי אַוועקגעגאַנגען. 16 און בּשעת רַב שָאוּל האָט אויף זיי געוואַרט אין אַתּוּנָה [אַטען], האָט זיין רוּחַ אין אים פאַרבּיטערט געוואָרן; ווען ער האָט געזען די שטאָט פוּל מיט אֱלִילִים. 17 און ער פלעגט רעדן אין דער שוּל מיט די ייִדן און מיט די ירֵאי-שָמַיִם, און אין דעם מאַרק יעדן יוֹם מיט די, וואָס ער האָט בּאַגעגנט. 18 און אויך עטלעכע פוּן די אַפִּיקוֹרסִים און סטאָיִשע פילאָזאָפן האָבּן זיך מיט אים מִתווַכֵּחַ געווען און טייל האָבּן געזאָגט: וואָס מיינט דער דאָזיקער פּלאַפּלער צוּ זאָגן? אַנדערע האָבּן געזאָגט: ער וויזט אויס צוּ זיין אַ מגיד פוּן אֵ-לִים זָרִים - מחמת ער האָט געדַרשנט וועגן יהושע/ישוע און תּחִיַת-הַמֵתים. 19 און זיי האָבּן אים גענוּמען, און האָבּן אים געבּראַכט צוּ דעם אַרעאָפּאַגוּס [געריכט], און געזאָגט: קענען מיר אֶפשר וויסן, וואָס עס איז אַזוינס התּוֹרה החדשה, וואָס ווערט פוּן דיר געלערנט? 20 מחמת דוּ בּרענגסט עפּעס מאָדנע זאַכן צוּ אוּנדזערע אויערן; מיר דערפאר וועלן וויסן, וואָס די דאָזיקע זאַכן בּאַטייַטן. 21 און אלע אַטענער און די פרעמדע, וואָס האָבּן דאָרט געוואוינט, פלעגן פאַרבּראַכט די צייט נישט מיט קיין שום אנדערס ווי אדער מיט זאגן אדער הערן עפּעס אַ נייע זאַך. 22 און רַב שָאוּל איז געשטאַנען אין דער מיט פוּן דעם אַרעאָפּאַגוּס, און האָט געזאָגט: מענטשן פוּן אַתּוּנָה, אין אַלצדינג זע איך, אַז איר האָט רעליגיע. 23 מחמת ווען איך בּין פאַרבּייַגעגאַנגען, און האָבּ בּאַטראַכט אייערע הייליקטימער, האָבּ איך אויך געפינען אַ מִזבֵּחַ מיט דער דאָזיקער אויפשריפט: צוּ אַן אוּמבּאַקאַנטן ג-ט. על-כּן, הנה, דאָס דאָזיקע, וואָס איר דינט און קענט נישט, דאָס דאָזיקע פּראָקלאַמיר איך אייך. 24 ה', וועלכער האָט בּאשאפן די וועלט און כל דערינען, ער, וואָס איז אָדוֹן פוּן שָמַיִם און הארץ, טוּט נישט וואוינען אין קיין טעמפּלען, געמאַכט דוּרך מענטשן; 25 ער ווערט אויך נישט בּאַדינט דוּרך מענטשלעכע הענט, גלייך ער וואָלט עפּעס נייטיק געהאַט, מחמת ער אַליין גיט אַלעמען חַיים, און אָטעם, און אַלץ. 26 און ער האָט געמאַכט פוּן איין דָּם יעדע מענטשלעכּע אוּמה צוּ וואוינען אויף דעם פָּני כל הארץ, ווען ער האָט פעסטגעזעצט זייערע בּאַשטימטע צייטן, און די גרעניצן פוּן זייער בּאַוואוינאָרט, 27 כּדי זיי זאָלן זוּכן ה', אֶפשר וועלן זיי אים דערפיִלן און געפינען, הַגַם ער איז נישט ווייט פוּן יעדן בן אדם פוּן אוּנדז. 28 מחמת אין אים לעבּן מיר, און בּאַוועגן זיך, און האָבּן אוּנדזער קִיום; ווי אַפילו עטלעכע פוּן אייערע אייגענע דיכטער האָבּן געזאָגט: מחמת מיר זענען אויך זיין אָפּשטאַם. 29 על-כּן, ווייל מיר זענען דער אָפּשטאַם פוּן ה', דאַרפן מיר נישט מיינען, אַז אֱ-לֹהוּת (ג-טהייט) איז געגליכן צוּ זָהָב, אָדער כֶּסֶף, אָדער שטיין, פְּסִילֵי אֳמָנוּת און דעם ווערק פוּן בּני אדם. 30 דערפאר האָט ה' פאַרזען די צייטן פוּן אוּמוויסנדיקייט, אָבּער איצטער טוּט ער בּאַפעלן אלע מענטשן, אַז זיי זאָלן אוּמעטוּם תּשוּבה טאָן; 31 ווייל ה' האָט פעסטגעזעצט אַ יוֹם, אין וועלכן ער וועט מִשפּטן די עוֹלם הַזֶּה מיט צֶדֶק [דניאל 9:24] דוּרך דעם אִיש, וועמען ער האָט בּאַשטימט, און ה' האָט מַבטִיחַ געווען אלע מענטשן, מיט דעם וואָס ער האָט אים מחַיֵה-מֵתים געווען. 32 און ווען זיי האָבּן געהערט פוּן תּחִיַת-הַמֵתים, האָבּן טייל חוֹזק געמאַכט; אָבּער אַנדערע האָבּן געזאָגט: מיר וועלן דיך בּנוֹגֵע דעם ווידער אַמאָל הערן. 33 אַזוי איז רַב שָאוּל אַרויסגעגאַנגען פוּן צווישן זיי. 34 אָבּער עטלעכע מענטשן האָבּן זיך בּאַהעפט אָן אים, און האָבּן געגלויבּט; צווישן זיי איז אויך געווען דִּיוֹנִיסְיוֹס דער אַרעאָפּאַגיט פון השופטים פון הָארְיוֹפָּגוֹס, און אַן אִשָּה מיטן נאָמען דָמָרִיס, און אַנדערע מיט זיי . THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |