Acts 16
Orthodox Hasidic Yiddish Bible

מהש16

טז און ער איז אויך געקוּמען קיין דֶרְבִּי און קיין ליסטרע. און הנה דאָרט איז געווען אַ געוויסער תַּלמיד פון משיח מיטן נאָמען טִימוֹתֵיאוֹס, דער זוּן פוּן אַ ייִדישער אִשָּה מַאֲמִינָה, אָבּער אָבִיו איז געווען אַ גריך. 2 דער דאָזיקער איז געווען אַ בעל שֶם טוב בּיי די אַחִים במשיח אין ליסטרע און איקוֹניוֹן. 3 און אים האָט רַב שָאוּל געוואָלט האָבּן מיט זיך ארויסצוגיין אויף דער נסיעה, און האָט אים גענוּמען און האָט אים מַל געווען צוּליבּ בּאטראכטונג פאר די ייִדן, וואָס זענען געווען אין יענע מקוֹמות [זען מהש 24-21:21], מחמת אלע האָבּן געוואוּסט אַז אָבִיו איז געווען אַ גדיך. 4 און ווי זיי זענען דוּרכגעגאַנגען דוּרך די שטעט, האָבּן זיי זיי אָנגעזאָגט צוּ היטן די חוּקים, וואָס זענען בּאַשלאָסן געוואָרן פוּן משיחס שלִיחים און זקֵנים אין ירוּשָלַיִם. 5 און אַזוי זענען די משיחס בְּרִית חֲדָשָה קהִילות געשטאַרקט געוואָרן אין דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, און האָבּן זיך פאַרמערט אין צאָל מִיוֹם לְיוֹם. 6 און זיי זענען דוּרכגעגאַנגען דוּרך דער געגנט פוּן פריגיה און גָּלַטְיָה, ווייל עס איז פאַרווערט געווארן פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש צו רעדן דאָס דָּבָר ה' אין אַסְיָה. 7 און אַז זיי זענען געקוּמען קיין מִיסִיָה, האָבּן זיי פארזוכט צו גיין קיין בּיתיניה, נאָר דער רוּחַ יהושע/ישוע האָט זיי נישט געלאָזן. 8 און זיי זענען פאַרבּייַגעגאַנגען מִיסִיָה, און זענען אַראָפּגעקוּמען קיין טרוֹאַס. 9 און אַ חָזוֹן האָט זיך אַנטפּלעקט צוּ רַב שָאוּל בַּלַּיְלָה: אַ בן אדם פוּן מָקֵדוֹנְיָה איז געשטאַנען און האָט רַב שָאוּל געבּעטן, אַזוי צוּ זאָגן: קוּם אַריבּער קיין מָקֵדוֹנְיָה, און העלף אוּנדז. 10 און נאך דעם ער האָט געזען די חָזוֹן, האָבּן מיר [זען גַּם לוּקַס הָרוֹפֵא הָאָהוּב וואס איז עד ראייה היסטאָריקער זייענדיק צוגעגעבן צו משיחס שליחים אין טרוֹאס, בְּקֵרוּב סהנ 49; זען מהש 17-16:10; 15-20:5; 18-21:1; 28:16-27:1] גלייך געזוּכט אַוועקצוּגיין קיין מָקֵדוֹנְיָה, מחמת מיר האָבּן אַרויסדרינגען, אַז ה' האָט אוּנדז גערוּפן מבַשׂר צוּ זיין פאַר זיי די בּשׂוּרת הגאוּלָה. 11 און ווען מיר זענען אָוועקגעשיפט פוּן טרוֹאַס, זענען מיר געקוּמען מיט אַ גלייַכן ריכטונג קיין סָמוֹתְרַקיָה, און למחרת קיין נַפּוֹלִיס, 12 און פוּנדאַנען קיין פיליפּי, וואָס איז די ערשטע שטאָט פוּן דעם טייל פוּן מָקֵדוֹנְיָה, און אַ רוימישע קאָלאָניע. און מיר זענען געבּליבּן אין דער דאָזיקער שטאָט עטלעכע טעג. 13 און שַבּת זענען מיר אַרויסגעגאַנגען אויסער דעם שַעַר צוּ אַ טייך מקוה מים, וואוּ מיר האָבּן זיך משער געווען אז עס איז געווען מָקוֹם פאר מִנְיָן דאַווענענדיק ; און מיר האָבּן זיך אַנידערגעזעצט, און גערעדט צוּ די נָשים, וואָס זענען זיך צוּנויפגעקוּמען. 14 און איינע, אַן אִשָּה, אַ יִרְאַת אלוקים, מיטן נאָמען לִידְיָה, אַ קרעמערין פוּן פוּרפּוּר פוּן דער שטאָט תִּיִאַטירע, האָט זיך צוּגעהערט. און ה' האָט געעפנט איר לֵב צוּ פאַרנעמען די רייד וואָס זענען דוּרך רַב שָאוּל גערעדט געוואָרן. 15 און ווען זי איז מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן, מיט איר בּנֵי-בַּיִת, האָט זי אוּנדז געבּעטן, אַזוי צוּ זאָגן: אויבּ איר האַלט מיך פאַר אַ מַאמֶנֶת משיחיסט אין הָאָדוֹן [זען תהלים 110:1; מלאכי 3:1; דניאל 14-7:13; 3:18, זען פלחין], קוּמט און בּלייבּט אין מיין בֵּית. און זי האָט אוּנדז שטאַרק געבּעטן. 16 און עס איז געשען, בּשעת מיר זענען געגאַנגען צוּ דעם מָקוֹם פאר מִנְיָן דאַווענענדיק , אַז אַ נַעֲרָה אֲחוּזַת רוּחַ נִחוּש האט אוּנדז בּאגעגנט; און וואָס פלעגט אַרייַנגעבּראַכט אירע אדונים א סך פארדינסט פון איר נִחוּש פון עתיד. 17 און זי איז נאָכגעגאַנגען רַב שָאוּל און אוּנדז, און האָט געשריגן: אָט-די מענטשן זענען עבדים פוּן דעם אֵ-ל-עֶליון, וואָס זאָגן אָן פאַר אייך דעם דֶּרֶךְ ישוּעַה ! 18 און דאָס האָט זי געטאָן יָמים רבים. אָבּער רַב שָאוּל האָט זיך מצַער געווען, און האָט זיך אַ קער געטאן און געזאָגט צוּ דעם שֶד : איך בּאַפעל דיר אין דעם נאָמען פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע אַרויסצוּגיין פוּן איר! און הָרוּחַ [שֶד] איז אַרויס פון איר אין דער זעלבּיקער שָעה. 19 און ווען אירע אדוֹנים האָבּן געזען, אַז די תִּקְוָה אויף זייער פאַרדינסט איז פאַרשוואונדן, האָבּן זיי געכאַפּט רַב שָאוּל און סילאַן, און האָבּן זיי אַוועקגעשלופּט אין מאַרק אַריין פאַר די שלטוֹנוֹת. 20 און אַז זיי האָבּן זיי געבּראַכט פאַר די שָרִים, האָבּן זיי געזאָגט: די דאָזיקע אנשים, וואָס זענען ייִדן, שטערן די רו פון אוּנדזער שטאָט, 21 און לערנען [אידישע] מִנהָגים [זען מהש 21:21], וואָס מיר טאָרן נישט אָננעמען, אָדער אָפּהיטן, ווייל מיר זענען רוימער! 22 און דער המון איז אינאיינעם אויפגעשטאַנען קעגן זיי; און די שרים האָבּן פוּן זיי אַראָפּגעריסן די בעקעטשעס, און בּאַפוילן זיי צוּ שמייסן מיט ריטער. 23 און אַזוי ווי זיי האָבּן זיי געגעבּן אַ סך שמיץ, האָבּן זיי זיי אַרייַנגעוואָרפן אין דער בֵּית הַסֹּהַר, און בּאַפוילן דעם שוֹמר זיי גוּט צוּ היטן; 24 וועלכער, בּאקומענדיק אַזאַ בּאַפעל, האָט ער זיי אַרייַנגעוואָרפן אין דער בֵּית הַסֹּהַר הַפְּנִימִי, און פארפעסטיקט זייערע רגלים אין שטאָק. 25 אָבּער קעגן חֲצוֹת הַלַיְלָה, האָבּן רַב שָאוּל און סילאַ דאווענען און געזוּנגען ניגוּנים צוּ ה', און די געפאַנגענע האָבּן זיך צוּגעהערט צוּ זיי. 26 און פלוּצוּם איז געוואָרן אַ ערדציטערניש חזקה, אַזוי, אַז די יסוֹדות פוּן דער בֵּית הַסֹּהַר האָבּן זיך געטרייסלט; און כל הדלָתוֹת זענען תֵיכּף געעפנט געוואָרן, און אַלעמענס קייטן זענען לויז געוואָרן. 27 און ווי דער שוֹמר האָט זיך אויפגעכאַפּט פוּן שלאָף, און געזען די בֵּית הַסֹּהַר דלָתוֹת אָפן, האָט ער ארויסגעצויגן זיין חֶרֶב און איז געווען גרייט זיך אַליין צוּ טייטן, ווייל ער האָט געמיינט, אַז די געפאַנגענע זענען אַנטלאָפן. 28 אָבּער רַב שָאוּל האָט געשריגן מיט אַ הויך קוֹל, אַזוי צוּ זאָגן: טוּ דיר נישט קיין מעשה אָן, ווייל מיר זענען אלע דאָ. 29 און ער האָט פאַרלאַנגט אַ ליכט, און איז אַרייַנגעשפּרוּנגען, און אַ ציטערנדיקער איז ער אנידערגעפאלן פאַר רַב שָאוּל און סילאַן, 30 און ער האָט זיי אַרויסגעפירט אינדרויסן, און געזאָגט: רַבּוֹתַי, וואָס מוּז איך טאָן, כּדי ישועת אלוקינו צו האָבּן? 31 און זיי האָבּן געזאָגט: גלויבּ אין הָאָדוֹן [זען תהלים 110:1; מלאכי 3:1, דניאל 3:18; 14-7:13, רבי מֵלך המָשיחַ] יהושע/ישוע [זכריה 12-6:11; עזרא 3:8], און דוּ וועט האָבּן ישועת אלוקינו, דוּ און דיין בּני בֵּית. 32 און זיי האָבּן גערעדט צוּ אים דאָס דָּבָר ה', און צוּ אלעמען אין זיין בֵּית. 33 און ער האָט זיי גענוּמען אין יענער שָעה פוּן דער לַיְלָה, און האָט אָפּגעוואַשן זייערע חבּוּרוֹת [זען ישעיהו 53:5], און ער איז גלייך מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן, ער און אלע זייַנע בּני-בּית. 34 און ער האָט זיי אַרויפגעבּראַכט צוּ זיין בֵּית אַריין, און האָט געגרייט פאַר אַ טיש, און זיך זער געריידט מיט שמחָה עִם כל בְּנֵי בֵּית, אַז ער איז געוואָרן אַ מאַמין אין ה' [מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24]. 35 און ווען עס איז געוואָרן יוֹם, האָבּן די שרים געשיקט די שוֹטרים, אַזוי צוּ זאָגן: לאָז אַרויס יענע מענטשן. 36 און דער שוֹמר פוּן דער בֵּית הַסֹּהַר האָט דערציילט די דאזיקע דברים צו רַב שָאוּל: די שרים האָבּן געשיקט, אַז מען זאָל אייך לאָזן גיין; דערפאר, קוּמט אַרויס, און גייט בּשָלום. 37 אָבּער רַב שָאוּל האָט צוּ זיי געזאָגט: זיי האָבּן אוּנדז עפנטלעך געשלאָגן, אָן דִין און מִשפּט, אונדז, וואָס זענען אֶזְרָחִים רוימישע, און האָבּן אוּנדז אַרייַנגעוואָרפן אין דער בֵּית הַסֹּהַר; און איצט וואָרפן זיי אוּנדז אַרויס בּסֵתר? לֹא! זאָלן זיי אַליין קוּמען און אוּנדז אַרויספירן. 38 און די שוֹטרים האָבּן דערציילט די שרים די דאָזיקער דברים. און זיי האָבּן מורא געהאט, ווען זיי האָבּן געהערט, אַז רַב שָאוּל און סילאַ זענען אֶזְרָחִים רוימישע [זען אויך היהֲדוּת המשיחית יידישקייט איז ארטאדאקסיש יידיש אֱמוּנָה און רעליגיאָ ליסיטאַ, לעגאַל רעליגיע, לויט צו יוליוס קסר, בְּקֵרוּב לספירה 47]; 39 און זיי זענען געקוּמען און זיי מפייס געווען, און האָבּן רַב שָאוּל און סילאַ ארויסגעפירט. און זיי געבּעטן אַז זיי זאָלן אַוועקגיין פון דער שטאָט. 40 און ווי זיי זענען אַרויסגעגאַנגען פוּן דעם בֵּית הַסֹּהַר, זענען זיי אַרייַנגעגאַנגען צוּ בּית לִידְיָה; און אַז זיי האָבּן געזען די אַחִים במשיח, האָבּן זיי זיי געטרייסט, און זענען אַוועקגעגאַנגען.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Acts 15
Top of Page
Top of Page