Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש15 טו און עטלעכע מענטשן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] האָבּן אַראָפּגעקומען פוּן אֶרֶץ יהוּדה און האָבּן געלערנט די אַחִים במשיח: כָּל אִיש וואס לֹא יִמּוּל כּדַת מֹשה [רבינו] האָבן לֹא ישוּעת אלוקינו [זען גלט' 5:3; 2:16 אויף דעם אפּיקורסות זיי האָבּן געלערנט]. 2 און ווען פּוילוס [רַב שָאוּל] און בַּר-נַבָּא האָבּן געהאַט דברים לֹא מְעַטִּים מיט זיי, האָט מען בּאַשלאָסן, אַז רַב שָאוּל און בַּר-נַבָּא און אייניקע אַנדערע פוּן זיי, זאָלן אַרויפגיין קיין ירוּשָלַיִם צוּ משיחס שלִיחים און זקֵנים וועגן דער דאָזיקער שַאלה. 3 און ווערנדיק אַוועקגעשיקט אויף זייער דֶּרֶךְ על-יְדֵי דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה, זענען זיי דוּרכגעגאַנגען דוּרך פיניקיה און דוּרך שוֹמרוֹן, און האָבּן דערציילט וועגן דעם מגַייר זיין זיך פון די אוּמות מיט זייער שוּב צו ה', און האָבּן פאַרשאַפט אַ שִׂמְחָה גָדוֹלה צוּ אלע אחים בּמשיח. 4 און ווען זיי זענען געקוּמען קיין ירוּשָלַיִם [סהנ 48], זענען זיי אויפגענוּמען געוואָרן פוּן משיחס קהִילה און פוּן משיחס שלִיחים און זקֵנים, און זיי האָבּן דערציילט אַלץ, וואָס ה' האָט מיט זיי געטאָן. 5 נאָר עס זענען אויפגעשטאַנען אייניקע מַאמִינים [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] פוּן דער כִּיתּה פוּן די פּרוּשים, וועלכע האָבּן געזאָגט: מען מוּז זיי מַל זיין, און זיי בּאַפעלן צוּ זיין שומר מצוות כדַת תּוֹרת-מֹשה [רבינו]. 6 און משיחס שלִיחים און זקֵנים זענען זיך צוּזאַמענגעקוּמען צוּ בּאַטראַכטן דעם דאָזיקן עִנין. 7 און עס איז געווען, ווען די מַחלוֹקה האָט זיך געשטאַרקט, איז אויפגעשטאַנען כֵּיפָא, און האָט צוּ זיי געזאָגט: אנשים אחים במשיח, איר ווייסט, אַז מיט אַ לענגערער צייט צוּריק האָט ה' פוּן צווישן אייך אויסדערוויילט, אַז דוּרך מיין מויל זאָלן די אוּמות הערן דאָס דָּבָר פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה, און גלויבּן. 8 און ה', וועלכער קען די לֵב, האָט מֵעיד געווען צו דעם אוּמות, געבּנדיק זיי דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, פּונקט אַזוֹיווי אויך צוּ אוּנדז [זען מהש 2:4; 46-10:44]. 9 און ה' האָט נישט געמאַכט קיין חִילוק צווישן אוּנדז און זיי [זען רומ' 3:9], נייערט האָט דוּרך דער יָד הָאֶמוּנָה [נשיט מעשה המצוות, לוקס 11:46] טִהֵר [מאַכן מְטֹהָרִים] זייערע לְבָבוֹת. 10 און איצט, פאַרוואָס פּרוּאווט איר ה', און לעגט ארויף אַ יאָך [ישועה דוּרך יָד תּלוּת בּמעשה המצוות, זען לוקס 11:46; מהש 15:1] אויף דעם האַלדז פוּן די תַּלמידים, וואָס נישט אָבותֵינוּ און נישט מיר אַליין האָבּן געקענט דערטראָגן [זען מתי 23:4; דברים 6-9:5; ירמיהו 34-31:31]? 11 לֹא, מיר גלויבּן אַז מיר וועלן האבּן ישוּעת אלוקינו דוּרך דעם חֶסֶד פוּן הָאָדוֹן יהושע/ישוע [זען גלט' 2:21] אויף דעם זעלבּן אוֹפן ווי זיי [זען רומ' 3:9,28,30; גלט' 13-3:12; ישעיהו 12-53:9; פיל 3:9; לוקס 12-18:11]. 12 און די גאַנצע עֵדה האָט שטילגעשוויגן; און זיי האָבּן זיך צוּגעהערט צוּ בַּר-נַבָּאן און פּאוּלוּסן [רַב שָאוּל], וועלכע האָבּן דערציילט וואָס פאר אוֹתוֹת און מוֹפְתים ה' האָט דוּרך זיי געטאָן צווישן די אוּמות. 13 און נאָך דעם ווי זיי האָבּן שטילגעשוויגן, האָט יַעקֹב געענטפּערט, אַזוי צוּ זאָגן: מענטשן אַחִים במשיח, הערט זיך צוּ מיר: 14 שִמעוֹן האָט דערציילט אונדז, וויאַזוי ה' האָט זיך לָרִאשוֹנָה פָּקַד די אוּמות, אַרויסצוּנעמען פוּן צווישן זיי עַם פאר שמוֹ [זען שמוֹ זכריה 12-6:11; עזרא 3:8]. 15 און דערמיט שטימען איין די דברים פוּן די נבִיאים, ווי סע שטייט געשריבּן: 16 אַחֲרֵי כֵן אָשוב וְאָקִים אֶת־סֻכַּת דָוִיד הַנֹפֶלֶת וַהֲרִיסוֹתָיו אָקִים ובְנִיתִיהָ, 17 לְמַעַן יִדְרְשו אֶת ה' שְאֵרִית אָדָם וְכָל הַגוֹיִם אֲשֶר נִקְרָא שְמִי עֲלֵיהֶם. נְאֻם ה' עוֹשֶה כָל אֵלֶה 18 הַנוֹדָעִים מֵעוֹלָם. [עמוֹס 12-9:11]. 19 דערפאר אֲני פּוֹסֵק, אַז מיר זאָלן נישט מחמיר זיין אויף די, וואָס קערן זיך צוּ ה' פוּן צווישן די אוּמות; 20 נייערט צוּ שרייבּן צוּ זיי, אַז זיי זאָלן זיך אָפּצוּהאַלטן פוּן טֻּמְאוֹת אֱלִילִים, און פוּן זנוּת, און פוּן בּשַר הַנֶּחֱנָק, און פוּן דָּם. 21 מחמת מֹשה [רבינו] האָט פוּן אַמאָליקע דוֹרות אָן אין יעדער שטעטל די, וואָס דַרשענען אים, מחמת זיין תּוֹרה ווערט געלייענט אין די שוּלן יעדן שבּת [זען ויקרא 18:30-17:1; גלט' 2:12]. 22 דעמלט איז עס וואוילגעפעלן געוואָרן משיחס שלִיחים און די זקֵנים, מיט דער כל הקהלה צו שיקן אויסדערוויילטע מענער פוּן צווישן זיי, און זיי צוּ שיקן מיט רַב שָאוּל און בַּר-נַבָּאן קיין אַנְטִיוֹכְיָה: יהוּדהן, וואָס איז גערוּפן געוואָרן בַּר-שַבָּא, און סילאַ, מענטשן, מנהיגים צווישן די אַחִים במשיח. 23 און זיי האָבּן דוּרך זיי אַזוי געשריבּן: משיחס שלִיחים און זקֵנים און אַחִים בּמשיח צוּ אַחִים בּמשיח, וועלכע זענען פוּן די אוּמות העוֹלם אין אַנְטִיוֹכְיָה און סוּרְיָה און קִילִיקְיָה, שָלום-עליכם! 24 אַזוי ווי מיר האָבּן געהערט, אַז אייניקע פוּן אוּנדז וועמען מיר האָבּן נישט געגעבּן קיין בּאַפעל, האָבּן אייך מצַער געווען מיט דברים, און האָבּן אייך אָנגעטאָן יסוּרים פון עגמת נפש, 25 איז עס אוּנדז וואוילגעפעלן געוואָרן, אַזוי ווי מיר זענען געקוּמען צוּ אַ הסכּמה, צוּ שיקן צוּ אייך אויסדערוויילטע מענטשן, מיט אוּנדזער חֲבִיבֵינוּ בַּר-נַבָּאן און רַב שָאוּל, 26 מענטשן, וואָס האָבּן זיך מוֹסר-נֶפש געווען פאַר דעם נאָמען פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ אֲדוֹנֵנוּ יהושע/ישוע [זען זכריה 12-6:11]. 27 מיר האָבּן דעריבּער געשיקט יהוּדה און סילאַ, וואָס וועלן אייך דאָס אייגענע איבּערגעבּן פֶּה-אֶל-פֶּה. 28 מחמת עס איז וואוילגעפעלן געוואָרן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, און אוּנדז, נישט אַרויפצוּלייגן אויף אייך קיין ווייטערע מַשׂא, אַחוּץ די דברים הנחוּצים האלּה : 29 אַז איר זאָלט אייך צוּריקהאַלטן פוּן קָרבָּנות, וואָס מע האָט מַקריב געווען פאַר אֱלִילִים, און פוּן דָּם, און פוּן בּשר הַנֶּחֱנָק, און פוּן זנוּת. אויבּ איר וועט אייך פוּן דעם אָפּהיטן, וועט אייך גיין גוט. זייַט געזוּנט. 30 און אַזוי זענען זיי אַוועקגעשיקט, און זיי אַראָפּגענידערט קיין אַנְטִיוֹכְיָה; און אַזוי ווי זיי האָבּן פאַרזאַמלט די עֵדה, האָבּן זיי זיי איבּערגעגעבּן דעם אִגֶּרֶת. 31 און ווען זיי האָבּן דעם אִגֶּרֶת געלייענט, האָבּן זיי זיך געפרייט איבּער דער נחָמה. 32 און יהוּדה און סילאַ, וועלכע זענען אַליין אויך געווען נבִיאים, האָבּן געטרייסט די אַחִים במשיח מיט מִלִּים רַבּוֹת, און נתנו זיי חֹזֶק. 33 און נאָך דעם ווי זיי האָבּן דאָרטן פאַרבּראַכט אַ געוויסע צייט, האָבּן די אַחִים במשיח זיי אַוועקגעשיקט בּשָלום צוּ יענע, וואָס האָבּן זיי אַרויסגעשיקט. 34 און סילאַ האָט בּאַשלאָסן דאָרט [אין אנטיוכיה] צוּ בּלייבּן. 35 און רַב שָאוּל און בַּר-נַבָּא זענען פאַרבּלייבּן אין אַנְטִיוֹכְיָה, און האָבּן געלערנט און האבּן געזאגט שעורים און געדַרשענט מיט אַ סך אַנדערע דאָס דָּבָר ה'. 36 און אין אייניקע טעג אַרוּם האָט רַב שָאוּל געזאָגט צוּ בַּר-נַבָּאן: לאָמיר זיך אוּמקערן און בּאַזוּכן די אַחִים במשיח אין אלע שטאָט, אין וועלכע מיר האָבּן געדַרשענט דאָס דָּבָר ה', און זען וויאַזוי סע גייט זיי. 37 און בַּר-נַבָּא האָט בּדֵעה געהאַט מיטצוּנעמען אויך יוֹחָנָן, וועמען מען האָט גערוּפן מַרְקוֹס. 38 אָבּער רַב שָאוּל האָט געמיינט, אַז עס איז נישט רעכט מיטצוּנעמען מיט זיך דעם, וואָס האָט זיי אָפּגעקערט אין פּמפיליה [זען מהש 13:13], און איז נישט מיטגעגאנגען מיט זיי צוּ דעם עֲבוֹדת [קודש פון משיחס שליחוּת]. 39 און עס איז געקומען צו אַ מחלוקת, אַזוי, אַז זיי האָבּן זיך אָפּגעשיידט איינער פוּן דעם אַנדערן, און בַּר-נַבָּא האָט גענוּמען מיט זיך מַרְקוֹס, און זיך אוועקגעשיפט קיין קַפְרִיסִין. 40 אָבּער רַב שָאוּל האָט זיך אויסדערוויילט סילאַ, און איז אַוועקגעגאַנגען, און די אַחִים במשיח האָבּן אים איבּערגעגעבּן צוּ דעם חֶסֶד ה' [זען דאָ אָנהייב פון 2טער שליחות נסיעה]. 41 און ער איז געגאַנגען דוּרך סוּרְיָה און קִילִיקְיָה, און האָט געשטאַרקט די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |