Orthodox Hasidic Yiddish Bible מהש14 יד און דאָס זעלבּיקע איז געשען אין איקוֹנְיוֹן, אַז זיי זענען אריינגעגאַנגען אין דער יידישער שוּל און האָבּן אזוי גערעדט אויף אַזאַ אוֹפן, אַז אַן עַם רַב, סיי פוּן ייִדן און סיי פוּן גריכן, געווארן המאמינים המשיחיסטים. 2 אָבּער די ייִדן אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה האָבּן אויפגעהעצט און פארבּיטערט די מאַסן פוּן די גוּיים קעגן די אַחִים במשיח. 3 דעריבּער האָבּן זיי דאָרטן פאַרבּלייבּן אַ לאַנגע צייט, און האָבּן גערעדט מיט אֹמֶץ לֵב פוּן הָאָדוֹן [זען תהלים 110:1; מלאכי 3:1], וועלכער האָט מֵעיד געווען פאַר דעם דָּבָר פוּן זיין חֶסֶד, געבּנדיק, אַז עס זאָלן געשען אותות און מופתים דוּרך די הענט פון משיחס שליחים. 4 און דאָס מאַסע פוּן דער שטאָט איז געווען צעטיילט: טייל האָבּן געהאַלטן מיט די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], און טייל מיט משיחס שלִיחים. 5 און ווען עס איז געמאַכט געוואָרן אַן אָנפאַל מצַד די גוֹיים און די ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24], מיט זייערע ראשים, זיי צוּ טאָן שלעכטס און זיי צוּ פאַרשטיינען, 6 האָבּן זיי זיך דערפון דערוואוסט, און זענען אַנטלאָפן צוּ די שטעט פוּן ליקאוֹניה: ליסטרה און דֶרְבִּי, און דער געגנט אַרום; 7 און דאָרטן האָבּן זיי געדַרשענט די בּשׂוּרת הגאוּלָה. 8 און אין ליסטרה פלעגט זיצן אַ בן אדם, רְפֵה אויף זיינע רגלים, אַ פִּסֵּחַ מִבֶּטֶן אִמּוֹ, וועלכער איז קיינמאָל נישט אַרומגעגאַנגען. 9 דער דאָזיקער האָט זיך געהערט צוּ רַב שָאוּל רעדן, וואָס, ווען רַב שָאוּל האָט בּאַהעפט אָן אים זיינע אויגן, און געזען, אַז ער האָט אֶמוּנה צוּ ווערן געזוּנט, 10 האָט רַב שָאוּל געזאָגט מיט אַ הויך קוֹל: שטעל דיך גלייך אויף דיינע רגלים! און ער האָט אַ שפּרונג געטאָן און איז ארומגעגאנגען. 11 און ווען די המונים האָט געזען וואָס רַב שָאוּל האָט געטאָן, האָבּן זיי אויפגעהויבּן זייער קוֹל און געזאָגט אין דעם ליקָאוֹנִית לָשון: הָאֵלִים האָבּן אַראָפּגענידערט צוּ אוּנדז אין דער דמוּת אֲנָשים. 12 און זיי האָבּן גערוּפן בַּר-נַבָּאן זעאוּס (יופּיטער), און רַב שָאוּל הערמעס (מערקוריוס), מחמת ער איז געווען דער הויפּט-רעדנער. 13 און דער פּריסטער פוּן זעאוּס, וואָס זיין טעמפּל איז געווען אויסער דער שטאָט, האָט געבּראַכט אָקסן און קראַנצן צוּ די שערים מיט די המוֹן הָעָם, און האָט געוואָלט להקריב קָרבּנוֹת. 14 אָבּער ווען די שלִיחים בַּר-נַבָּא און רַב שָאוּל האָבּן פוּן דעם געהערט, האָבּן זיי צעריסן זייערע קַפטנס, און זענען אַרויסגעלאָפן צווישן דעם המון מענטשן, און האָבּן אויסגערוּפן: 15 מענער, פאַרוואָס טוּט איר דאָס? אויך מיר זענען בְּנֵי אָדָם, מיט די זעלבּע שוואַכקייטן ווי בּיי אייך [זען רומ' 3:9], און מיר בּרענגען אייך בּשׂוּרות הגאוּלָה, כּדי איר זאָלט זיך אָפּקערן פוּן הַהֲבָלִים הָאֵלֶּה צוּם אלוקים חיים, וועלכער האָט עשה את השמים ואת הארץ ואת הַיָּם, און אלץ, וואָס עס איז אין זיי; 16 ה' האָט אין די פריערדיקע דוֹרות געלאָזט אלע אוּמות וואנדלען אין זייערע אייגענע דרכים. 17 און דאָך האָט ה' זיך נישט געלאָזט אָן אַן עֵדות, מחמת ה' האָט געטאן מעשים טובים, און האָט אייך געגעבּן גֶּשֶם פוּן שָמַיִם און פרוכטבּאַרע צייטן, און אָנגעפילט אייערע לְבָבוֹת מיט אֹכֶל און שִׂמְחָה. 18 און ווען זיי האָבּן אַזוי גערעדט, האָבּן זיי קוים איינגעהאַלטן די המוֹן הָעָם, נישט מַקריב צו זיין צוּ זיי. 19 אָבּער סע זענען געקומען ייִדן [אָן ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 21:21,24] פוּן אַנְטִיוֹכְיָה [אין פּיסידיה] און איקוֹניוֹן; און אַז זיי האָבּן איבּערגערעדט די המוֹן הָעָם, שטייניקנדיק רַב שָאוּל, און האָבּן זיי אים אַרויסגעשלעפּט אויסער דער שטאָט, מיינענדיק אַז רַב שָאוּל איז טויט. 20 אָבּער ווען משיחס תּלמידים האָבּן זיך ארומגעשטעלט אַרוּם רַב שָאוּל, האָט ער זיך אויפגעהויבּן, און איז אַרייַנגעגאַנגען אין דער שטאָט; און לְמָחֳרָת איז רַב שָאוּל אַוועקגעגאַנגען מיט בַּר-נַבָּאן קיין דֶרְבִּי. 21 און ווען זיי האָבּן אין יענער שטאָט געדַרשענט די בּשׂוּרת הגאוּלָה, און געמאַכט תַּלמידים רבּים פאר משיח, און האָבּן זיי זיך אוּמגעקערט קיין ליסטרה, און קיין איקוֹניוֹן, און קיין אַנְטִיוֹכְיָה [אין פּיסידיה], 22 און האָבּן חִזקוּ לֵב פוּן משיחס תַּלמידים, און זיי מַזהיר געווען צוּ האַלטן זיך אין דער ארטאדאקסיש יידיש אֶמוּנה, און אַז דוּרך צָרות רַבּוֹת מוּזן מיר אַרייַנקוּמען אין דעם מַלכות ה'. 23 און ווען זיי האָבּן פאַר זיי געזעצט זקנים מיט סמיכוּת [סמיכה פון רַב שָאוּל] אין יעדער משיחס ברית חדשה קהִלָּה, האָבּן זיי דאווענען מיט פאַסטן, און האָבּן משיחס שליחים זיי איבּערגעלאָזט צוּ הָאָדוֹן, אין וועמען זיי האָבּן געגלויבּט. 24 און משיחס שליחים זענען דוּרכגעגאַנגען דוּרך פּיסידיה, און זענען געקוּמען קיין פַּמְפילְיָה. 25 און אַזוי ווי זיי האָבּן גערעדט דאָס דָּבָר אין פֶּרְגִּי האָבּן זיי אַראָפּגענידערט קיין אַטַּלְיָה. 26 און פון דאַרטן אוועקגעשיפט קיין אַנְטִיוֹכְיָה [אין סוּרְיָה], פוּנוואַנען זיי זענען איבּערגעענטפערט געוואָרן צוּ דעם חֶסֶד ה' פוּנוועגן דעם עבודת קודש אַרבּעט, וואָס זיי האָבּן ממַלא געווען. 27 און אַז זיי זענען אָנגעקוּמען, האָבּן זיי פאַרזאַמלט די משיחס ברית חדשה קהִלָּה, און האָבּן דערציילט אַלץ, וואָס ה' האָט מיט זיי געטאָן, און אַז ה' האָט געעפנט אַ שַעַר הַאֶמוּנה פאַר די אוּמות. 28 און זיי זענען געבּליבּן מיט משיחס תַּלמידים אַ לענגערע צייט [זען דאָ גלט' 6:18-1:1 וואָס רַב שָאוּל געשריבּן פון אַנְטִיוֹכְיָה אין סוּרְיָה נאָך זיין ערשטער שליחוּת נסיעה פאר משיח און פריערדיק צו האספה בּירושלים פון משיחס שליחים] . THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |