Orthodox Hasidic Yiddish Bible רומ'4 ד וואָס זשע זאָלן מיר זאָגן, אַז אַברָהם אָבִינו לויט דעם פלייש האָט דערגרייכט [זען רומ' 4:13]? 2 מחמת אויבּ אַברָהם איז גערעכטפאַרטיקט געוואָרן דוּרך מַעשׂים טובים, האָט ער עפּעס מיט וואָס זיך צוּ בּארימען, אָבּער נישט פאַר ה'. 3 מחמת וואָס זאָגט דער כתבי הקודש? וְהֶאֱמִן אַבְרָהָם בַה' וַיַחְשְבֶהָ לוֹ צְדָקָה, און אַברָהם האָט געגלויבּט ה', און עס, זיין אֶמוּנה, איז אים אַ דין-וחשבון געוואָרן צו גערעכטיקייט [זען בראשית 15:6, אֶמוּנָה פאררעכנט געוואָרן (וַיַּחְשְבֶהָ) צו צדקת אברהם]. 4 אָבּער פאַר דעם ארבּעטער, וואָס טוּט זיך מיִען, ווערט דער שׂכַר אָדער לוין נישט פאַררעכנט ווי אַ חֶסֶד, נייערט ווי אַ חוֹב. 5 און דער מענטש, וואָס טוּט זיך נישט אַרבּעט, נייערט גלויבּט אין אים [ה'], וואָס רעכט מאַכט דעם רָשע [זען מהש 17-9:1], די אֶמוּנה פון די מענטש ווערט פאַררעכנט צו גערעכטיקייט. 6 אַזוי רעדט אויך דָוִד המלך אזוי איבּער דער גליקלעכקייט פון דעם מענטשן, וועמען ה' יַחְשֹׁב צדקה בְּלִי תְּלוּת בְּמעשִׂים [אָפּהענגיקייט אויף חומרא מעשים-גערעכטיקייט, זען רומ' 9:12; 4:4]: 7 אַשְרֵי־נְשׂוּי-פֶּשַע, כְסוּי חֲטָאָה. 8 אַשְרֵי־אָדָם לֹא יַחְשֹב ה' לוֹ עוון [תהלים 2-32:1]. 9 צי איז דען די דאָזיקע גליקלעכקייט פאר דעם געמַלטן אליין, אָדער אויך פאר דעם נישט-געמַלטן? מחמת מיר זאָגן דאָך: אַז אַברָהם איז זיין אֶמוּנה פאַררעכנט געוואָרן צו אים גערעכטיקייט. 10 וויאַזוי זשע איז עס אים פאררעכנט געוואָרן? זייענדיק געמלט, אָדער איידער ער האָט זיך מל געווען? לֹא, נישט ווען ער איז שוין געווען געמלט, נייערט איידער ער איז געמַלט געוואָרן און ווען ער איז נאָך געווען אַן ערל. 11 און ער האָט מקַבּל געווען דעם צייכן [אוֹת] פוּן מִילה, אַ חוֹתם פוּן דער גערעכטיקייט געשאנקען אויף אים צוּליבּ אֶמוּנה, ווען ער איז געווען אין עָרלה, בִּכדֵי ער זאָל זיין דער אָב לְכָל המאמינים, הַגַם זיי בּלייבּן אין עָרלה, כּדי כל מאמינים זאָל זיי פאררעכנט ווערן מיט גערעכטיקייט דורך אֶמוּנה; 12 און דער אָב פוּן די געמַלטע, צו זיי, וואָס זענען נישט נאָר געמַלט, נאָר גייען אויך אין די טריט פוּן דער אֶמוּנה פוּן אַברָהם אַבִינו [און זיין ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20; רומ' 15:8], וואָס ער האָט געהאַט נאָך איידער ער האָט זיך מל געווען. 13 וואָרעם נישט בכל חומר הדין איז געקוּמען די הַבטָחה צוּ אַברָהם, אָדער לְזַרְעוֹ [צוּ זיין זֶרַע, זען בּראשית 3-12:1; 5-15:3; 7-17:2; 18:18; 18-22:17], אַז ער זאָל זיין יוֹרֶש פוּן דער וועלט; נייערט דוּרך דער צדקות פוּן אֶמוּנה [בראשית 15:6; ישעיהו 53:11]. 14 וואָרעם אויבּ די, וואָס זענען פוּן כל חומר הדין, זענען יוֹרשים, ווערט די אֶמוּנה נישטיק, און די הַבטָחה בָּטל. 15 מחמת די תּוֹרה בּרענגט זַעַם [צאָרן, שטראָף, זען רומ' 1:18; שמות 21-20:1; דברים 21-5:6 ; שמות 32:28; ויקרא 16-24:10; דברים 21-21:18; במדבר 36-15:32; בראשית 9:6; דברים 22-22:13; ויקרא 20:13; דברים 24-22:23; ויקרא 20:10; יהושוע 26-7:1; במדבר 13:1; 37-14:36; במדבר 33-16:1]; אָבּער וואוּ עס איז נישטאָ קיין תּוֹרה, דאָרט איז אויך נישטאָ קיין עַבֵירה [הֲפָרָה פון תּוֹרה, זען רומ' 5:13]. 16 דעריבער דער הבטחה איז דורך אֶמוּנה, כּדי עס זאָל זיין לויט חֶסֶד [זען רומ' 4:4], אַזוי, אַז די הַבטָחה זאָל זיין פאדזיכערט צו דעם גאנצן זאָמען; נישט נאָר פאַר יענעם, וואָס איז פוּן דער תּוֹרה [תּוֹרה פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20], נייערט אויך פאַר יענעם, וואָס איז פוּן דער אֶמוּנה פוּן אַברָהם [זען רומ' 4:12] וועלכער איז דער אָב לְכֻלָּנוּ, 17 ווי סע שטייט געשריבּן: כִי אַב־הֲמוֹן גוֹיִם נְתַתִּיךָ [בראשית 17:5] פאַר ה', וועמען ער האָט געגלויבּט, אַז ה' מאכט לעבּעדיק די טויטע [מחַיֵה-מֵתים], און רוּפט דאָס, וואָס איז נאָך נישטאָ, גלייך ווי עס וואָלט שוין געווען; 18 וואָס הַגַם ער האָט נישט געהאַט קיין תִּקְוָה, האָט ער געגלויבּט אין תִּקְוָה, אַז ער וועט ווערן לְאַב המוֹן גוֹים [זען בראשית 17:5], לויט ווי עס איז צוּ אים געזאָגט געוואָרן: אַזוי זאָל זיין דיין זֶרַע [בראשית 15:5]. 19 און ער איז נישט שוואך געוואַרן אין אֶמוּנה, און האָט ער בּאַטראַכט זיין אייגענעם שוין כמעט טויטן גוף, ווייל ער איז אַלט געווען אַרוּם 100 יאָר, און די טויטקייט פוּן מוּטערטראַכט פון שָרָה; 20 און ער איז נישט מסוּפּק געווען דורך אומגלויבּן אין דער הַבטָחה פוּן ה', נייערט הִתְחַזֵּק אין זיין אֶמוּנה, און האָט אָפּגעגעבּן כָּבוד צוּ ה', 21 און איז געווען בּטוּחַ, אַז וואָס ה' האָט מַבטִיחַ געווען, איז ה' אויך בִּיכוֹלת צוּ טאָן. 22 על-כּן, איז דאָס [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20] אים אויך פאַררעכנט געוואָרן צו גערעכטיקייט [זען בראשית 15:6]. 23 און נישט פוּן זייַנעטוועגן אַליין איז עס געשריבּן געוואָרן, אַז עס איז אים פאַררעכנט געוואָרן, 24 נייערט אויך פוּן אוּנדזערטוועגן, פאַר וועמען סע וועט פאַררעכנט ווערן, ווייל מיר גלויבּן אין ה', וואָס האָט מחַיֵה-מֵתים געווען יהושע/ישוע, אֲדוֹנֵנוּ, 25 וואָס איז נִמְסַר לַמָּוֶת מִפְּנֵי חֲטָאֵינוּ וְהוּקַם לִתחִיָּה כְּדֵי להצְדִּיקֵנוּ [זען ישעיהו 12-53:8]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |