Romans 16
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'16

טז איך שטעל אייך פאָר אֲחוֹתֵנוּ אין משיח פֶבִּי, וואָס איז אַ שַמָּשִית פון די [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20] קְהִילָה אין קֶנְכְּרֶאָה, 2 אַז איר זאָלט זי מקַבּל זיין אין הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ], ווי סע פּאַסט זיך פאַר קדוֹשִים, און אַז איר זאָלט איר העלפן אין וואָס זי וועט אייך נאָר בּרויכן; מחמת זי אַליין איז געווען אַ העלפערין פאר פילע, און אויך פאר מיר אַליין. 3 דרישת שלום צוּ פּריסקילָה און עקילַס, חברי לעבודת קודש אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 4 זיי, וואָס האָבּן פאַר מיין לעבּן אַנידערגעלייגט זייערע אייגענע העלדזער, וועמען נישט נאָר איך אַליין האבּ תודה, נייערט אויך אלע בְּרִית חֲדָשָה קהִילות [פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20] פוּן די אוּמות-הָעוֹלם; 5 און דרישת שלום צו די משיחס ברית חדשה קהִלָּה, וואָס איז אין זייער בֵּית. דרישת שלום צו מיין בּאַליבּטן אֶפֵּינֶטוס, וואָס איז די פְּרִי רִאשוֹן אין אַסְיָה פאַר רֶבּי מלך המָשיחַ. 6 דרישת שלום צו מִריָם, וועלכע האט פיל געארבּעט פאר אייערטוועגן. 7 דרישת שלום צו אַנְדּרוֹנִיקוֹס און יוּנְיָה, בְּנֵי עַמִּי, און מיינע מיט-געפאַנגענע, וואָס זענען בּארימט צווישן די שלִיחים, און וואָס זענען אויך שוין געווען פאַר מיר אין מָשיחַ. 8 דרישת שלום צו אַמפּליאַטוֹס, מיין בּאַליבּטן אין הָאָדוֹן. 9 דרישת שלום צו אוּרבָּנוֹס חֲבֵרֵנוּ אין עבוֹדת קודש אין מָשיחַ, און אִיסטָכִיס, מיין בּאַליבּטן. 10 דרישת שלום צו אַפֶּליס, דעם אויסגעפּרואווטן מאמין אין רֶבּי מלך המָשיחַ. דרישת שלום צו די, וואָס זענען פוּן דעם בּני בּית פוּן אַריסטוֹבּוּלוּס. 11 דרישת שלום צו הוֹרוֹדיוֹן בֶּן-עַמִּי. דרישת שלום צו די, פוּן דעם בּני בֵּית פוּן נַרְקִיסוֹס, וואָס זענען אין הָאָדוֹן. 12 דרישת שלום צו טריפֵינָה און טריפוֹסָה, וואָס האבּן שווער געארבּעט אין הָאָדוֹן. דרישת שלום צו פּרסיס, די טייַער, וואָס האָט זיך זער פיל געארבּעט אין הָאָדוֹן. 13 דרישת שלום צו רוּפוֹס, דעם אויסדערוויילטן אין הָאָדוֹן, און זיין אֵם און מיינע. 14 דרישת שלום צו אַסינקריטוֹס, צו פליגוֹן, צו הרמֵס, צו פּטרוֹבּס, צו הרמס, און די אחים במשיח, וואָס זענען מיט זיי. 15 דרישת שלום צו פילוֹלוֹגוֹס און יוּליָה, צו נראס און זיין אָחוֹת, און צו אוֹלימפּס, און כל קדוֹשִים, וואָס זענען מיט זיי. 16 ברכו לשלום איינער דעם אַנדערן מיט אַ נשיקה קדושה. אלע משיחס בְּרִית חֲדָשָה קהִילות [פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20] פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ גריסן אייך. 17 און איך בּעט אייך, אַחִים במשיח, אַז איר הִשָמְרוּ אויף די, וואָס מאַכן מַחלוֹקות און סקאַנדאַלן, להֵיפּוך צוּ דער לערנוּנג, וואָס איר האָט געלערנט, און מיידט זיי אויס. 18 מחמת אַזעלכע מענטשן דינען נישט רֶבּי מלך המָשיחַ, אֲדוֹנֵנוּ, נאר זייער אייגענעם בּויך, און דוּרך גלאַטע און שיינע רייד, פאַרפירן זיי דאָס לב התמימים. 19 מחמת אייער געהאָרכזאַמקייט איז בּאַקאַנט צוּ אַלעמען, און איך פריי מיך דערפאר איבּער אייך; איך וואָלט אָבּער וועלן, אַז איר זאָלט זיין חכמים וואָס שַייך דעם גוּטן, און תּמִימים וואָס שַייך הרַע. 20 און דער אלוקים פוּן שָלום וועט אין גיכן צעטרעטן השָטן אוּנטער אייערע רגלים. דער חֶסֶד פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע זאָל זיין מיט אייך אלעמען. 21 טִימוֹתֵיאוֹס, מיין מיטאַרבּעטער, און לוּקיוֹס און אוֹיך יָסוֹן און סוֹסיפּטרוֹס, בְּנֵי עַמִּח [יהודים אין משיח מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20], זאָגן שלום! 22 איך, טרטיוֹס, וואָס שרייבּ דעם אגרת [הקודש], גריס אייך אין הָאָדוֹן, שלום! 23 גָיוּס, וואָס איז מיין בַּעל-אַכסַניא, און אויך פוּן דער כל משיחס ברית חדשה קהִלָּה: דרישת שלום! ארסטוּס, דער שאַצמייַסטער פוּן דער שטאָט [קוֹרִנְתּוֹס, 56 סהנ], און אָחִינוּ במשיח, קְורטוֹס, גריסן אייך מיט שלום! 24 דער חֶסֶד פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע זאָל זיין מיט אייך אלעמען. אָמֵן. 25 און צוּ אים, וואָס איז בִּיכוֹלת אייך לחזק לויט מיין בּשׂוּרת הגאוּלָה און דאָס דַרשענען פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, לויט דער הִתְגַּלּוּת פוּן דעם סוֹד, וואָס איז געווען פאַרבּאָרגן פוּן אייבּיקע צייטן, 26 נאָר איז איצט אַנטפּלעקט געוואָרן, און דוּרך די שריפטן פוּן די נבִיאים אויף בּאַפעל פוּן דעם אלוקי עולם בּאַקאַנט געמאַכט צו אלע אוּמת צו דער געהאָרכזאַמקייט פון דער [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20] אֶמוּנה - 27 צוּ דעם אלוקים דעם איינציקן חכם זאָל זיין כָּבוד לעולמי עוֹלמים, דוּרך רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. אָמֵן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 15
Top of Page
Top of Page