Romans 15
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'15

טו מיר, וואָס זענען שטאַרק [אין ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20], דאַרפן טראָגן די שלאַפקייטן פוּן די שוואַכע [אין ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20], און נישט צוּ וואוילגעפעלן ווערן זיך אַליין. 2 זאָל יעדער איינער פוּן אוּנדז זוכן צו געפעלן זיין חַבר צום גוטן, צו דערבּויאונג. 3 מחמת רֶבּי מלך המָשיחַ איז זיך אַליין אויך נישט וואוילגעפעלן געווען, נייערט, ווי סע שטייט געשריבּן : די חַרפּות פוּן די, וואָס האָבּן דיך געלעסטערט, זענען געפאַלן אויף מיר [תהלים 69:10]. 4 מחמת אַלצדינג, וואָס איז פריער געשריבּן געוואָרן, איז געשריבּן געוואָרן פאַר אוּנדזער באַלערנוּנג, כּדי דוּרך סבלנות, און נֶחָמָה פוּן די כִּתְבֵי-הַקוֹדֶש זאָלן מיר האָבּן האָפנוּנג. 5 און דער אלוקים פוּן סבלנות און פוּן נֶחָמָה זאָל אייך בּאַוויליקן צוּ זיין פוּן דער זעלבּער דֵעה איינער צוּם אַנדערן, לויט רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע; 6 כּדי איר זאָלט מיט איין לֵב און מיט איין מויל אָפּגעבּן כָּבוד דעם אלוקים און אָב פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 7 דערפאַר, זאָלט איר זייט מקַבּל איינער דעם אַנדערן, אַזוי ווי רֶבּי מלך המָשיחַ האָט אייך מקַבּל געווען, צו דעם כָּבוד פוּן ה'. 8 מחמת איך זאָג, אַז רֶבּי מלך המָשיחַ האט ווערן אַ מְשָרֵת פוּן די געמַלטע [פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20] פוּנוועגן דעם אֶמת פוּן ה', כּדי ער זאָל מקַיים זיין די הַבטָחות צוּ די אָבות, 9 און כּדי די אומות-העולם זאָלן אויך אָפּגעבּן כָּבוד צוּ ה' פאַר זיין רחמים [זען צפניה 2:11], ווי סע שטייט געשריבּן : דערפאר וועל איך דיך לויבּן צווישן די אוּמות, און זינגען צוּ דיין נאָמען [תהלים 18:50]. 10 און ווידער ווערט געזאָגט: פרייט אייך, איר אוּמוֹת, מיט זיין עַם [דברים 32:43]. 11 און ווידער : לויבּט ה', כל אוּמוֹת, גיט אַ שבַח צוּ אים, כל אוּמות [תהלים 117:1]. 12 און ווידער זאָגט ישעיהו : און עס וועט זיין דער שוֹרֶש פוּן יִשַין, און דער, וואָס שטייט אויף צוּ הערשן איבּער די פעלקער; צוּ אים וועלן די אוּמוֹת האָפן [ישעיהו 11:1,10]. 13 און דער אלוקים פוּן תִּקְוָה זאָל אייך אָנפילן מיט יעדער שִׂמְחָה און שָלום דוּרך אייער אֶמוּנה [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20], כּדי איר זאָלט געדייַען אין תִּקְוָה, דוּרך דער גבוּרה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 14 איך אַליין בּין זיכער אין אייך, מיינע אחים במשיח, אַז איר זענט פוּל מיט גוּטסקייט, אָנגעפילט מיט כָּל דַּעַת, און פעאיִק איינער דעם אַנדערן מַזהיר צוּ זיין. 15 איך האָבּ אייך אָבּער טיילווייַז דרייסט געשריבּן אַ סַך פרייער, כּדי אייך ווידער צוּ דערמאָנען, דוּרך דעם חֶסֶד, וואָס איז מיר געגעבּן געוואָרן פוּן ה', 16 אַז איך זאָל זיין אַ מְשָרֵת פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע פאַר די אוּמות-הַעוֹלָם, און צוּ דינען אין דער עבוֹדת קֹדֶש פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן ה', כּדי דער קָרבּן פוּן די אוּמות-הָעוֹלם זאָל ווערן בּאַוויליקט און מְקֻדֶּשֶת דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 17 איך האָבּ דערפאר הוֹדוֹת למָשיחַ יהושע/ישוע אין זאַכן וואָס זענען שַייך ה'. 18 מחמת איך וועל מיך נישט דערוועגן צוּ רעדן פוּן עפּעס, אחוץ פוּן דעם, וואָס רבי מֵלך המָשיחַ האָט געטאָן דוּרך מיר, דוּרך דָּבָר און טוּאוּנג, פוּנוועגן דער געהאָרכזאַמקייט פוּן די אוּמות-הָעוֹלם [זען רומ' 1:5], 19 אין דער גבורה פוּן אותות און מוֹפתים, אין דער גבורה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, אַזוי, אַז פוּן ירוּשָלַיִם, און רוּנד אַרוּם בּיז צוּ אִלוּרִיקוֹן, האָבּ איך פולשטענדיק אָנגעזאָגט די בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן רבי מֵלך המָשיחַ; 20 כֵּן, איך האָבּ מיר געמאַכט פאַר מיין ציל אָנצוּזאָגן די בּשׂוּרת הגאוּלָה נישט דאָרטן, וואוּ רבי מֵלך המָשיחַ איז שוֹין אָנגערוּפן געוואָרן, כּדי איך זאָל נישט בּויען אויף אַן אַנדערן מענטשנס יסוֹד, 21 נייערט, ווי סע שטייט געשריבּן: וואָס זיי איז נישט דערציילט געוואָרן, וועלן זיי זען, און וואָס זיי האָבּן נישט געהערט, וועלן זיי פאַרשטיין [ישעיהו 52:15]. 22 איבּערדעם בּין איך אויך געשטערט געוואָרן אַזויפיל מאָל פוּן קוּמען צוּ אייך. 23 אָבּער איצט, ווייל איך האָבּ נישט מער קיין אָרט אין די דאָזיקע מקוֹמות, און ווייל איך האָבּ שוֹין כַּמה יאָרן געבּענקט צוּ קוּמען צוּ אייך, 24 האָף איך אייך צוּ זען ווען מיין נסִיעה קיין ספָרַד, און געבּראַכט צוּ ווערן דוּרך אייך אויף מיין דֶּרֶךְ אַהיִנצוּ, אַזוי ווי איך וועל מיך קוֹדם האָבּן אַבּיסל געזעטיקט מיט אייער חַברוּתא. 25 איצט אָבּער גיי איך קיין ירוּשָלַיִם, צוּ דינען די קדוֹשִים [פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20]. 26 מחמת עס איז געווען דער גוּטער רָצון פוּן מָקֵדוֹנְיָה און אָכָיָה צוּ מאַכן אַ נדָבה פאַר די עֲנִיִּים צווישן די קדוֹשִים אין ירוּשָלַיִם [פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20]. 27 כֵּן, דאָס איז געווען זייער גוּטער רָצון, און זייערע בַּעלי-חוֹבות זענען זיי. מחמת אויבּ די אוּמות-הָעוֹלם האָבּן אַ חלק אין זייערע רוחניותדיקע זאַכן [פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20], אַזוי זענען זיי מחוּיב זיי צוּ בּאַדינען אין גַשמִיוֹתדיקע זאַכן. 28 דערפאר, ווען איך וועל דאָס האבּן פאַרענדיקט, און פאַרחַתמעט פאַר זיי די דאָזיקע פּרוּכט, אַזוי וועל איך דוּרך אייך גיין קיין ספָרַד. 29 און איך ווייס, אַז ווען איך וועל קוּמען צוּ אייך, וועל איך קוּמען אין דער פוּלקייט פוּן דער בּרכת המָשיחַ. 30 און איצט בּעט איך אייך, אחים במשיח, דוּרך אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און דוּרך דער אַהֲבַה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, אַז איר זאָלט זיך שטאַרקן אינאיינעם מיט מיר אין אייערע דאַווענען תּפִילות צוּ ה' פאַר מייַנעטוועגן, 31 אַז איך זאָל נִיצול ווערן פוּן די, וואָס זענען ווידערשפּעניק אין יהוּדה [זען תסלב 3:2 וואָרעם נישט אלע האָבּן די ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20], און אַז מיין בּאַדינוּנג פאַר ירוּשָלַיִם זאָל זיין אָנגענוּמען בּיי די קדוֹשִים [מיט ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20], 32 כּדי איך זאָל קענען קוּמען צוּ אייך אין שמחה, אם רָצון ה', און מיך מיט אייך דערקוויקן. 33 און דער אלוקים פוּן שלום זאָל זיין מיט אייך אַלע. אָמֵן .

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 14
Top of Page
Top of Page