Romans 14
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
רומ'14

יד נעמט אויף דעם, וואָס איז שוואַך אין דער אֶמוּנה [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20], אָבּער נישט כּדי צוּ פירן וויכּוּחים איבּער חִילוּקי-דֵעות. 2 איינער גלויבּט, אַז ער מעג עסן אַלצדינג; אָבּער דער, וואָס איז שוואָך [אַ וועגעטאַריער], טוּט בּלויז עסן גרינוואַרג. 3 דער, וואָס עסט, זאָל נישט מבַטל זיין דעם, וואָס עסט נישט; און דער, וואָס עסט נישט, זאָל נישט מִשפּטן דעם, וואָס עסט יאָ; מחמת ה' האָט אים [די וועגעטאַריער] מקבּל-געווען. 4 ווער בּיסטוּ, וואָס מִשפּטסט דעם עֶבֶד פוּן אַן אַנדערן? פאַר ער שטייט אָדער פאַלט פאַר זיין אייגענעם אֲדוֹן! און ער וועט בּלייבּן שטיין; מחמת ה' איז בִּיכוֹלת אים אויפצוּשטעלן. 5 איינער מאַכט אַ חילוק צווישן איין טאָג [פון וועלט קאלענדאר] און אַן אַנדערן; אַן אַנדערער שאַצט יעדן טאָג גלייך .זאָל יעדער איינער זיין זיכער אין זיין אייגענער דֵעה [זען רומ' 14:1]. 6 דער, וואָס האַלט [אַ געוויסן] טאָג, האַלט ער אים פאַר ה'; און דער, וואָס עסט, עסט פאַר ה', ווייל ער געזאָגט בָּרוּך ה' דערפאַר, און דער, וואָס עסט נישט, עסט נישט פאַר הָאָדוֹן; און ער געזאָגטן בָּרוּך ה'. 7 מחמת קיינער פוּן אוּנדז לעבּט נישט פאַר זיך אַליין, און קיינער שטאַרבּט נישט פאַר זיך אַליין. 8 מחמת ווען מיר לעבּן, לעבּן מיר צום הָאָדון, און ווען מיר שטאַרבּן, שטאַרבּן מיר צום הָאָדון: על-כּן, צי מיר לעבּן צי מיר שטאַרבּן, געהערן מיר צו הָאָדון [זען לוקס 17:33]. 9 מחמת צוּליבּ דעם איז רבי מֵלך המָשיחַ געשטאָרבּן און לעבּעדיק געוואָרן, כּדי ער זאָל זיין אָדוֹן, סיי איבּער מתים און סיי איבּער חיים. 10 אָבּער דוּ, פאַרוואָס משפּטסטוּ דיין אָח במשיח? אָדער דו, פאַרוואָס בּיסטוּ מבַטל דיין אָח במשיח? מחמת מיר וועלן אַלע שטיין פאַר דעם כִּסֵא-המִשפּט פוּן ה' [זען רומ' 2:16]; 11 מחמת סע שטייט געשריבּן : אזוי ווי איך לעבּ, זאָגט ה' אלוקים, צוּ מיר וועט זיך בּויגן יעדע קני, און יעדע צונג וועט לויבּן ה' [ישעיהו 45:23]. 12 אָט אַזוי וועט יעדער איינער פוּן אוּנדז אָפּגעבּן פוּן זיך חֶשבּון פאַר ה'. 13 לאָמיר דערפאר מער נישט מִשפּטן איינער דעם אַנדערן, נייערט מִשפּט ליבּערשט דאָס, אַז קיינער זאָל נישט לייגן קיין מִיכשול אין דעם דֶּרֶךְ פון זיין אָח בּמשיח, אָדער אים מאַכן פאלן. 14 איך ווייס, און בּין זיכער אין הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] יהושע/ישוע, אַז קיין זאַך איז נישט טָמא פוּן זיך אַליין; אַחוּץ פאַר דעם, וואָס האַלט עס פאַר טָמא, פאַר דעם איז עס טָמא [זען מהש 21:25 פאר וואָס איז אין פאַקט טָמא פאר מאמינים פון האומות העולם]. 15 מחמת אויבּ פוּנוועגן אֹכֶל איז זיך דיין אָח במשיח מצַער מיט עָגְמַת נֶפֶש, גייסטוּ נישט מער אין אַהֲבַה. זאָל יענער פאר וועמען משיח איז געשטאָרבּן [זען ישעיהו 53:8], נישט פאַרלוירן ווערן דורך דיין אֹכֶל! 16 זאָל נישט דערפאר פוּנוועגן אייער גוּטס רַע גערעדט ווערן 17 מחמת דאָס מַלכות פוּן ה' בּאָשטייט נישט אין אכילה און שתיה, נייערט צֶדֶק [דניאל 9:24], און שָלום, און שִׂמְחָה אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 18 מחמת דער, וואָס דינט המָשיחַ, ווערט וואוילגעפעלן פאַר ה', און בּאַוויליקט בּיי מענטשן. 19 לאָמיר זשע זיך נאָכגיין נאָך זאַכן, וואָס דינען פאַר שָלום, און זאַכן מיט וועלכע מיר קענען אויפבּויען איינער דעם אַנדערן. 20 מאַך נישט חָרוב דאָס ווערק פוּן ה' צוליבּ אֹכֶל. אַלצדינג איז טָהוֹר, נאָר עס איז רַע פאַר יענעם מענטשן, וואָס ווען ער עסט עס, ווערט ער אַ מכשול פאר אַן אַנדערן [זען בראשית 3:6]. 21 עס איז טוֹב, נישט צוּ עסן קיין פלייש, נישט צוּ טרינקען קיין וויין, אויך נישט צוּ טאָן עפּעס, דוּרך וואָס דיין אָח במשיח שטרויכלט. 22 די אֶמוּנה [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 24-21:20], וואָס דוּ האָסט, האָבּ דיר פאַר ה'. אַשְרֵי איז דעם, וואָס פאַרמִשפּט זיך נישט אַליין דערמיט, וואָס ער דערלויבּט זיך. 23 אָבּער דער, וואָס איז מסוּפּק, ווען ער עסט, איז פאַרמִשפּט ווייל ער טוּט עס נישט פוּן אֶמוּנה [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20]; און וואָס עס איז נישט פוּן אֶמוּנה, איז אַ חטא.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 13
Top of Page
Top of Page