1 Corinthians 1
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורא

קורא1

א רַב שָאוּל, בּאַרוּפן צוּ זיין אַ שלִיח פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, דוּרך דעם רָצון פוּן ה', און סוֹסתּניס, אָחִינוּ בּמשיח, 2 צוּ דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה [פון ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20] פוּן ה', וואָס איז אין קוֹרינתּוֹס; צוּ די, וואָס זענען קֻדְּשוּ אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, בּאַרוּפן צוּ זיין קדוֹשִים, אינאיינעם מיט אַלע, וואָס רוּפן אָן דעם נאָמען פוּן אֲדוֹנֵנוּ רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע אין יעדן אָרט, זייער אָדוֹן און אֲדוֹנֵנוּ. 3 חֶסֶד צוּ אייך און שָלום פוּן ה' אלוקים אָבִינוּ און מָשיחַ אֲדוֹנֵנוּ יהושע/ישוע. 4 איך זאָגן בָּרוּך ה' תמיד פאַר אייך, פאַר דעם חֶסֶד פוּן ה', וואָס איז אייך געגעבּן געוואָרן אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 5 אַז אין אַלעם זענט איר רייך געוואָרן אין אים, אין כל אֹמֶר און אין כל דַעַת, 6 לויט ווי דאָס עֵדות-זאָגן פוּנוועגן דעם רבי מֵלך המָשיחַ האָט זיך בּאַפעסטיקט געוואָרן אין אייך; 7 אַזוי, אַז איר זענט נישט הינטערשטעליק געבּליבּן אין קיין שום מַתָּנה, וואַרטנדיק אויף דער הִתְגַּלּוּת פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, 8 וועלכער וועט אייך אויך גרונטפעסטיקן בּיז צוּם סוֹף, כּדי איר זאָלט זיין אוּמשוּלדיק אין דעם יוֹם פוּן אֲדוֹנֵנוּ רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 9 יאָ, ה' איז געטריי, דוּרך וועמען איר זענט גערוּפן געוואָרן צוּ דער חֶבְרַת בְּנוֹ [דער זוּן פון דער אויבּערשטער] אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 10 איך בּעט אייך, אחים במשיח, דוּרך דעם נאָמען פוּן אֲדוֹנֵנוּ רבי מֵלך המָשיחַ יהושע/ישוע, אַז איר אַלע זאלט רעדן איינס און דאָס זעלבּיקע, און אַז עס זאָלן נישט זיין צווישן אייך קיין מחלוקות, נאָר אַז איר זאָלט זיין בּאַפעסטיקט אין דעם זעלבּיקן זין און אין דער זעלבּיקער מחשבה. 11 וואָרעם וועגן אייך, אחים במשיח, בּין איך געוואָר געוואָרן דורך משפּחת כּלוֹאָה (בּני בּית כּלוֹאָה), אַז עס זענען דאָ מַחלוקות צווישן אייך. 12 און איך זאָג דאָס, ווייל יעדער איינער פוּן אייך זאָגט: איך געהער צוּ רַב שָאוּל; אָדער איך צוּ אַפּוֹלוֹסן; אָדער איך צוּ כֵּיפָא; אָדער איך צוּ מָשיחַ. 13 איז רבי מֵלך המָשיחַ צעטיילט געוואָרן? איז רַב שָאוּל אויפהענגען אויף דער בּוֹים געוואָרן פוּן אייַערטוועגן? אָדער זנעט איר מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן אין דעם נאָמען פוּן רַב שָאוּל? 14 איך זאָגן בָּרוּך ה', וואָס איך האָבּ קיינעם פוּן אייך נישט מקוה מים געטוֹבלט, אַחוּץ קריספּוֹס און גָיוֹס; 15 כּדי קיינער זאָל נישט זאָגן, אַז איר זענט מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן אין מיין נאָמען -- 16 און איך האָבּ אויך מקוה מים געטוֹבלט די בּני בּית פוּן סְטֶפָנַס; ווייטער ווייס איך נישט; צי איך האָבּ נאָך עמיצן אַנדערש מקוה מים געטוֹבלט -- 17 מחמת מָשיחַ האָט מיך נישט געשיקט צוּ מקוה מים טובלען, נאָר פאַר דרשענען די בּשׂוּרת הגאוּלָה, נישט אין חָכמה פוּן רייד, כּדי דער בּוים [זען שמואל ב 14-18:9, בּן דוד תָּלוּי אויף בּוים; זען דקר, זכריה 12:10; זען חלל, ישעיהו 53:5; זען תהלים 22:17] פוּן רבי מֵלך המָשיחַ זאָל נישט געמאַכט ווערן צוּנישט. 18 מחמת דאָס דָּבָר פוּן מָשיחַס בּוים איז פאַר די, וואָס ווערן פאַרלוירן [זען יוחנן 3:16], נאַרישקייט; פאַר אוּנדז, אָבּער, וואָס ווערן געראַטעוועט [פון זַעַם פון ה'], איז עס די גבוּרה פוּן ה'. 19 מחמת עס שטייט געשריבּן : איך וועל צעשטערן די חָכמה פוּן די חַכָמים, און דעם פאַרשטאַנד פוּן די פאַרשטענדיקע וועל איך בָּטל מאַכן [ישעיהו 29:14]. וואוּ איז דער חָכם? 20 וואוּ איז דער סוֹפר? וואוּ איז דער בַּעל-ֹוויכּוּחַ פוּן דער עוֹלם הַזֶּה? האָט אלוקים נישט נאַריש געמאַכט די חָכמה פוּן דער עוֹלם הַזֶּה? 21 מחמת אַזוֹיווי די עוֹלם הַזֶּה, דוּרך איר חָכמה, האָט נישט דערקענט אלוקים און זיין חָכמה, איז עס ה' וואוילגעפעלן געוואָרן, דוּרך דער נאַרישקייט פוּן דַרשענען צוּ ראטעווען [פון דעם זַעַם פון ה'] די, וואָס גלויבּן. 22 און בּעת ייִדן פאַרלאַנגען אותות, און גריכן זוּכן חָכמה, טוּען מיר דרשענען רבי מֵלך המָשיחַ אויפהענגען על-דער בּוֹים [זען דברים 21:23, גלט' 3:13; שמואל ב 14-18:9, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:5, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ], פאַר ייִדן אַ שטרויכלשטיין, און פאַר גריכן נאַרישקייט; 24 אָבּער פאַר די, וואָס זענען בּאַרוּפן, סיי ייִדן און סיי גריכן, איז מָשיחַ די גבוּרה פוּן ה', און די חָכמה פוּן ה'. 25 ווייל די נאַרישקייט פוּן ה' איז קליגער ווי בּני אדם, און די שוואַכקייט פוּן ה' איז שטאַרקער ווי בּני אדם. 26 וואָרעם איר זעט דאָך אייער בּאַרוּפוּנג, אחים במשיח, אַז עס איז נישטאָ צווישן אייך קיין סַך חַכָמים לויט דעם פלייש, נישט פיל מעכטיקע, נישט פיל איידעלע; 27 נייערט ה' האָט אויסדערוויילט די נאַרישע זאַכן פוּן דער עוֹלם הזה, כּדי צו פאַרשעמען די חַכָמים; און ה' האָט אויסדערוויילט די שוואַכע זאַכן פוּן דער עוֹלם הזה, כּדי צו פאַרשעמען די שטאַרקע; 28 און די נישט איידעלע פוּן דער עוֹלם הזה, און דאָס, וואָס איז פאַראַכטיקט האָט ה' אויסדערוויילט, און דאָס, וואָס ס'איז נישטאָ, כּדי ער זאָל בָּטל מאַכן די זאַכן, וואָס זענען פאַראַן, 29 אַזוי, אַז קיין פלייש [זען רומ' 7:18] זאָל זיך נישט רימען פאַר ה'. 30 איר אָבּער זענט דוּרך ה' אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, וועלכער איז פאַר אוּנדז געמאַכט געוואָרן פאַר חָכמה פון ה', און צדקות, און קדוּשה, און גאוּלה, 31 כּדי, ווי סע שטייט געשריבּן : דער, וואָס טוּט זיך רימען, זאָל זיך רימען אין אֲדֹנָי [ירמיהו (24)9:23].

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Romans 16
Top of Page
Top of Page