Orthodox Hasidic Yiddish Bible קורא קורא2 ב און ווען איך בּין געקוּמען צוּ אייך, אחים במשיח, בּין איך נישט געקוּמען מיט הויכער מליצה, אָדער חָכמה, אייך אויסצוּרוּפן דאָס אֵדות פון ה'. 2 וואָרעם איך האָבּ מיר פירגענוּמען גאָרנישט צוּ וויסן צווישן אייך, אַחוּץ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע און אַלס אויפהענגען אויף דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 14-18:9, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:5, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ בן דוד תּלוּי אויף בּוים]. 3 און איך בּין געווען בּיי אייך אין שוואַכקייט, און אין מוֹרא, און אין גרויס ציטערניש; 4 און מיין רעדן און מיין דַרשענען זענען נישט געווען מיט איבּעררעדנדיקע דבָרים פוּן חָכמה, נאָר מיט דערווייזונג פוּן דעם רוּח הקדש און גבורה, 5 כּדי אייער אֶמוּנה [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20] זאָל נישט בּאַשטיין אין דער חָכמה פוּן בני אדם, נאָר אין דער גבורה פוּן ה'. 6 מיר אָבּער רעדן חָכמה צווישן די, וואָס זענען הַמְבֻגָּרִים, דאָך נישט די חָכמה פוּן דער עוֹלם הזה, אויך נישט פוּן די מושלים פוּן דער עוֹלם הזה, וועלכע ווערן גאָרנישט און פאַרלוירן. 7 נאָר מיר רעדן חָכמה פון ה' בּסוֹד, די פאָרבּאָרגענע חָכמה, וואָס ה' האָט פאָרויסבּאַשטימט פוּן פאַרצייטן פאַר אוּנדזער כָּבוד-וועגן, 8 וואָס קיינער פוּן די מושלים פוּן דער עוֹלם הזה האָט נישט פאַרשטאַנען; ווייל וואָלטן זיי זי פאַרשטאַנען, וואָלטן זיי נישט געווען אויפהענגען אויף דער בּוֹים [דברים 21:23, שמואל ב 14-18:9, זכריה 12:10, דברים 27:26, ישעיהו 53:5, הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ] הָאָדוֹן פוּן כבוד. 9 נייערט, ווי סע שטייט געשריבּן : וואָס אויג האָט נישט געזען, און אויער האָט נישט געהערט, און עס איז נישט געקומען אויף אַ לבֵ פוּן אַ מעטשן, דאָס האָט ה' צוגעגרייט פאַר די, וועלכע האָבּן אים ליבּ [ישעיהו (4)64:3; 52:15]. 10 אָבּער צוּ אוּנדז האָט ה' עס אַנטפּלעקט דוּרך דעם רוּחַ-חקודש. וואָרעם דער גייסט טוּט פאָרשטן אַלצדינג, אַפילו די טיפקייטן פוּן ה'. 11 וואָרעם ווער צווישן בּני אדם ווייסט וואָס עס טוּט זיך אין דעם מענטשן, אַחוּץ דער גייסט פוּן דעם מענטשן, וואָס איז אין אים? אַזוי אויך ווייסט קיינער נישט וואָס עס איז אין ה', אַחוּץ דער רוח הקוש פוּן ה'. 12 מיר אָבּער האָבּן מקַבּל געווען, נישט דעם גייסט פוּן דער עוֹלם הזה, נייערט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן ה', כּדי מיר זאָלן פאַרשטיין די מַתָּנות, וואָס זענען אוּנדז געשאָנקען געוואָרן פוּן ה'. 13 און מיר רעדן דערפוּן נישט אין דבָרים געלערנט דורך דער חכמה פון בּני אדם, נאָר אין דבָרים געלערנט דרוך דער רוּחַ הַקוֹדֶש, מאכן מדרש פון די זאכן פון די רוּחַ הַקוֹדֶש דורך דברים פון די רוּח הַקוֹדֶש. 14 דער נאַטירלעכער מענטש אָבּער נעמט נישט אָן דאָס וואָס קומט פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן ה', ווייל עס איז אַ נאַרישקייט פאַר אים; און ער קען עס גאָר נישט פאַרשטיין, ווייל עס מוז געמִשפּט ווערן אויף אַ רוחניותדיקן אופן. 15 אָבּער דער, וואָס איז רוחניותדיקער, מִשפּט אַלצדינג, און ער אַליין ווערט פוּן קיינעם נישט געמִשפּט. 16 וואָרעם ווער האָט פאַרשטאַנען די גייסט פוּן אֲדֹנָי, אַז ער זאָל אים לערנען [ישעיהו 40:13]? מיר אָבּער האָבּן די גייסט פוּן מָשיחַ . THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |