1 Corinthians 3
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורא

קורא3

ג און איך, אחים במשיח, האָבּ נישט געקענט רעדן צוּ אייך ווי צוּ רוחניותדיקע מענטשן, נייערט ווי צוּ פליישלעכע, ווי צוּ עוֹפעלעך אין מָשיחַ. 2 איך האָבּ אייך גענערט מיט חָלָב, נישט מיט קיין פעסטע מאכל; וואָרעם איר זענט נאָך נישט מסוּגל געווען צוּ פאַרטראָגן עס, און קענט עס אַפילו איצט אויך נישט פאַרטראָגן, 3 ווייל איר זענט נאָך פליישלעך. וואָרעם כל-זמן ס'איז דאָ צווישן אייך קנאה און מחלוקת, צי זענט איר נישט פליישלעך, און לעבט איר נישט לויט דעם שטייגער פוּן בני אדם? 4 מחמת ווען איינער זאָגט : איך געהער רַב שָאוּל; און אַן אַנדערער : איך געהער אַפּוֹלוֹסן; צי זענט איר נישט פָּשוטע בני אדם? 5 וואָס איז דען אַפּוֹלוֹס? און וואָס איז רַב שָאוּל? משרתים, דוּרך וועמען איר זענט געקוּמען צוּ דער אֶמוּנה [ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען מהש 25-21:20], און יעדער איינער, ווי הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] האָט אים געגעבּן. 6 איך האָבּ געפלאַנצט, אַפּוֹלוֹס האָט בּאַוואַסערט, אָבּער ה' האָט געמאַכט וואַקסן. 7 אַזוי, אַז נישט דער, וואָס טוּט פלאַנצן, איז עפּעס, אויך נישט דער, וואָס בּאַוואַסערט, נאָר ה', וואָס מאַכט וואַקסן. 8 און דער, וואָס פלאַנצט, און דער, וואָס בּאַוואַסערט, זענען אייעס, און יעדער וועט בּאַקוּמען זיין אייגענעם שׂכַר לויט זיין אייגענער עֲמָל. 9 וואָרעם מיר זענען מיטאַרבּעטער פון ה', אַקערפעלד פון ה', בִּנין פון ה' זענט איר. 10 לויט דעם חֶסֶד פוּן ה', וואָס איז מיר געגעבּן געוואָרן, האָבּ איך געלייגט אַ יסוֹד ווי אַ קלוּגער בּוימייַסטער, און אַן אַנדערער בּויט דערויף. זאָל זשע יעדער זיין שומר וויאַזוי ער טוט דערויף בּויען. 11 וואָרעם קיין אַנדערן יסוֹד קען קיינער נישט לייגן ווי דער, וואָס איז געלייגט געוואָרן, און וואָס איז רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 12 אָבּער אויבּ עמיצער בּויט אויף דעם דאָזיקן יסוֹד זָהָב, כֶּסֶף, טייערע שטיינער, עֵץ, הַיֵּי, שטרוי, 13 אַזוי וועט אַרבּעט פון יעדן מענטשן אַנטפּלעקט ווערן; וואָרעם דער יוֹם [יום הדין] וועט עס קלאָר מאַכן, ווייל סע וועט זיך אַנטפּלעקן דוּרך אֵש, און דאָס אֵש אַליין וועט אויספּרובּירן די אַרבּעט פוּן יעדן מענטשן, פוּן וואָסער מִין עס איז ווערק. 14 אויבּ ווערק פון עמיצן, וואָס ער האָט דערויף געבּויט, וועט פאַרבּלייַבּן, וועט ער בּאַקוּמען אַ שׂכַר. 15 אויבּ ווערק פון עמיצן וועט פאַרבּרענט ווערן, וועט ער ליידן שאָדן, אָבּער ער אַליין וועט האָבּן ישועת אלוקינו, דאָך אַזוי ווי דוּרך אֵש .16 צי ווייסט איר נישט, אַז איר זענט דער הֵיכַל פוּן ה', און אַז דער רוּחַ ה' וואוינט אין אייך? 17 אויבּ עמיצער צעשטערט דעם היכל פוּן ה', דעם וועט ה' צעשטערן, ווייל דער היכל פוּן ה' איז קָדוש, און אָט דער היכל זענט איר. 18 זאָל זיך קיינער נישט בּאַטריגן. אויבּ עמיצער צווישן אייך מיינט, אַז ער איז חכם אין דער עוֹלם הַזֶּה, זאָל ער ווערן צו נאַר, כּדי ער זאָל ווערן קלוּג. 19 וואָרעם די חָכמה פוּן דער עוֹלם הַזֶּה איז נאַרישקייט בּיי ה'. ווייל סע שטייט געשריבּן : ער כאַפּט די חַכָמים אין זייער כיטרעקייט [איוֹב 5:13]. 20 און ווידער: ה' ווייסט די מַחשָבות פוּן די חַכָמים, אַז זיי זענען פּוסט [תהלים 94:11]. 21 דערפאר זאָל קיינער זיך נישט רימען בִּבְנֵי אָדָם .וואָרעם אַלצדינג איז אייַערס, 22 צי דאָס איז רַב שָאוּל, אָדער אַפּוֹלוֹס, אָדער כֵּיפָא, אָדער די וועלט, אָדער חַיים, אָדער מָוֶת, אָדער דאָס, אָדער דאָס קעגנווערטיקע, אָדער דאָס צוקונפטיקע: אַלץ געהערט צו אייך, 23 און איר צום מָשִיחַ, און מָשִיחַ איז ה'.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Corinthians 2
Top of Page
Top of Page