1 Corinthians 4
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורא

קורא4

ד אַזוי זשע זאָל אוּנדז יעדער מענטש בּאַטראַכטן, ווי משרתים פוּן דעם מָשיחַ, און מְנַהַל-מֶשֶק-בַּיִת פוּן די סוֹדות פוּן ה'. 2 דאָ איבּריקנס ווערט פאַרלאַנגט בּיי מְנַהַל-מֶשֶק-בַּיִת, אַז יעדער איינער זאָל געפוּנען ווערן נֶאֱמָנִים (געטריי). 3 פאַר מיר אָבּער איז דאָס אַ קלייניקייט, אַז איך זאָל געמִשפּט ווערן פוּן אייך, אָדער פוּן אַ מענטשלעכן יום הדין. איך טוּ מיך אַפילו אַליין אויך נישט מִשפּטן. 4 ווייל איך ווייס גאָרנישט קעגן מיר אַליין; נאָר מיט דעם דאָזיקן בּין איך נאָך נישט גערעכטפאַרטיקט; עס איז הָאָדוֹן, אָבּער, וועלכער מִשפּט מיך. 5 דערפאר מִשפּט גאָרנישט פאַר דער צייט, בּיז הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] וועט קוּמען [זען יג עִקָּרִים, אני מאמין בְּביאַת הַמָּשִיחַ], וואָס וועט אויך בּאַלויכטן די פאַרבּאָרגענע זאַכן פוּן דער חֹשֶךְ, און אַנטפּלעקן די פאַרלאַנגען פוּן די לְבָבוֹת; און יעמאָלט וועט יעדער איינער בּאַקוּמען הַתְּהִלָּה פוּן ה'. 6 און דאָס, אחים במשיח, האָבּ איך געמאכט אַ דמיון אויף מיר אַליין און אַפּוֹלוֹסן פוּן אייַערטוועגן, אַז איר זאָלט אָפּלערנען פוּן אוּנדז, נישט צו גיין ווייטער [זען יוחב 1:9] פון וואָס שטייט געשריבּן, כּדי קיינער פוּן אייך זאָל זיך נישט אַנבּלאָזן איינער אַנטקעגן דעם אַנדערן. 7 וואָרעם ווער מאַכט דיך אויסגעצייכנטער? און וואָס האָסטוּ, וואָס דוּ האָסט נישט בּאַקוּמען? און אויבּ דוּ האָסט עס בּאַקוּמען, פאַרוואָס בּאַרימסטו דיך, ווי דוּ וואָלסט עס נישט געווען בּאַקוּמען? שוֹין זענט איר זאַט געוואָרן? 8 שוֹין זענט איר רייך געוואָרן? איר קעניגט שוין, אָן אוּנדז? הַלוואַי וואָלט איר געקענינט, כּדי מיר זאָלן אויך מיטקעניגן מיט אייך! 9 מחמת איך מיין, אַז ה' האָט אוּנדז, די שלִיחים, אויסגעשטעלט אלס סאַמע לעצטע, ווי פאַרמשפּטע צום טויט; מחמת מיר זענען געוואָרן אַ שפּיל פאַר דער עוֹלם הַזֶּה, פאַר מַלאָכים און פאַר בְּנֵי אָדָם. 10 נאַראָנים זענען מיר פוּן מָשִיחַס-וועגן, אָבּער איר זענט חכמים אין מָשִיחַן; מיר זענען שוואַך, אָבּער איר זענט גבּורים; איר האָט כָּבוד, אָבּער מיר האָבּן אַ שם-רע. 11 אָט בּיז צוּ דער איצטיקער שָעה הוּנגערן מיר, און דאָרשטן, און זענען נאַקעט, און ווערן געשלאָגן, און האָבּן נישט קיין היים; 12 און מיר מיִען זיך, און אַרבּעטן מיט אוּנדזערע אייגענע הענט. ווען מְגַדְּפִים אוֹתָנ, בּענטשן מיר; ווען מיר גערוֹדֶפט, דוּלדן מיר; 13 ווען בּאַליידיקט מען אונדז, רעדן מיר זיסע רייד; מיר זענען געמאַכט געוואָרן, און זענען איצט, ווי דער אויסקערעכץ פוּן דער עולם הזה, דער אָפּפאַל פוּן אַלצדינג. 14 נישט כּדי אייך צוּ פאַרשעמען, שרייבּ איך דאָס, נאָר, ווי געליבּטע קינדער מיינע, אייך צו זאָגן מוסר. 15 מחמת הַגַם איר האָט 10,000 מדריכים אין רֶבּי מלך המָשיחַ, האָט איר אָבּער נישט קיין סַך אבות; מחמת אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע האָבּ איך דיין פאטער געוואָרן דוּרך דער בּשׂוּרת הגאוּלָה. 16 איך בּעט אייך דערפאר, זייט מיינע נאַכמאַכערס. 17 טאַקע צוּליבּ דער סִיבּה האָבּ איך געשיקט צוּ אייך טִימוֹתֵיאוֹס, וואָס איז מיין בּעליבּט און געטריי קינד אין הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ], אַז ער זאָל אייך דערמאָנען אין מיינע דרָכים אין רֶבּי מלך המָשיחַ, אַזוֹיווי איך לערן אוּמעטוּם אין יעדער משיחס ברית חדשה קהִלָּה. 18 אָבּער טייל האָבּן זיך אָנגעבּלאָזן, גלייך ווי איך וואָלט נישט געקוּמען צוּ אייך. 19 איך וועל אָבּער בּאַלד קומען צו אייך, אִם יִרצֶה ה', און איך וועל אויסגעפינען, נישט די רייד פוּן די, וואָס זענען אָנגעבּלאָזן, נייערט זייער גבוּרה. 20 מחמת דאָס מַלכות פוּן ה' בּאַשטייט נישט אין רייד, נייערט אין גבוּרה. 21 וואָס ווילט איר? זאָל איך קוּמען צוּ אייך מיט אַ רוט, אָדער מיט אַהֲבַה און אַן עַנְוַת רוּחַ?

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Corinthians 3
Top of Page
Top of Page