1 Corinthians 5
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורא

קורא5

ה מע הערט אוּמעטוּם, אַז ס'איז פאַראַן זנוּת צווישן אייך, און אַזאַ זנוּת, ווי עס איז אַפילו נישטאָ צווישן די גוֹיִים, אַז איינער זאָל האָבּן אֵשֶת אָבִיו [זען ויקרא 18:8]. 2 און איר זענט אָנגעבּלאָזן! האָט איר נישט ליבּער געדאַרפט טרויערן, כדי דער, וואָס טוט אַזאַ מעשה, זאָל אַוועקגענומען ווערן פוּן צווישן אייך? 3 מחמת הַגַם איך בּין נישט בּייַ אייך אין גוּף, בּין איך אָבּער מיט אייך אין גייסט, און האָבּ שוֹין געמִשפּט דעם, גלייך ווי איך וואָלט געווען אָנוועזנד, וואָס האָט דאָס דאָזיקע אַזוי געטאָן. 4 בּעת איר זענט פאַרזאַמלט אין דעם נאָמען פוּן אֲדוֹנֵנוּ יהושע/ישוע, און מיין גייסט איז צווישן אייך, מיט דער גבוּרה פוּן אֲדוֹנֵנוּ יהשע/ישוע, 5 זאָלט איר אַזאַ איינעם איבּערענטפערן צוּ הָשָטן פאַר דער פאַרדאַרבּוּנג פוּן דעם פלייש [זען רומ' 7:18], כּדי דער גייסט זאָל נִיצול ווערן אין דעם יוֹם הָאָדוֹן יהושע/ישוע. 6 אייער בּאַרימען זיך איז נישט טוֹב, צי וויסט איר נישט, אַז קליין בּיסל חמץ מאַכט זויער דאָס גאַנצע טייג? 7 ראַמט זשע אויס דאָס אַלטע חמץ, כּדי איר זאָלט ווערן אַן עִסָּה חֲדָשָה, אַזוי ווי איר זענט מצות. מחמת מָשיחַ, אוּנדזער קָרבּן-פֵּסַח, איז מקריב געוואָרן [זען ישעיהו 53:7]. 8 לאָמיר דערפאר האַלטן יום-טוֹב, נישט מיט אַלטן חמץ, אויך נישט מיט חמץ פוּן רשעות און בּייז, נייערט מיט די מַצות פוּן תֹם און אֶמת. 9 איך האָבּ אייך געשריבּן אין מיין אגרת [הקודש], נישט צוּ חַברן זיך מיט זונים; 10 דאָך הייסט דאָס נישט בּכלל נישט מיט די זונים פוּן דער עולם הזה, אָדער מיט די געלטגייציקע און גַזלָנים, אָדער מיט געצנדינער; מחמת יעמאָלט וואָלט איר געמוּזט אַרויסגיין פוּן דער וועלט. 11 איצט אָבּער איך האָבּ אייך געשריבּן, נישט צוּ חַברן זיך מיט עמיצן, וואָס ווערט אָנגערוּפן אַן אָח במשיח, און וואָס איז אַ נוֹאף, אָדער געלטגייציקער, אָדער אַ געצנדינער, אָדער אַ לעסטערער, אָדער אַ שִיכּור, אָדער אַ גַזלן -- מיט אַזאַ איינעם זאָלט איר אַפילו נישט עסן צוזאַמען. מחמת וואָס האָבּ עס צוּ טאָן מיט מיר צו מִשפּטן די, וואָס זענען אויסערהאַלבּ פון דער קהלה? זאָלט איר נישט מִשפּטן די, וואָס זענען אינעווייניק? 13 די דרויסנדיקע וועט ה' מִשפּטן. ראַמט אויס דעם רַע פוּן צווישן אייך.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Corinthians 4
Top of Page
Top of Page