Orthodox Hasidic Yiddish Bible קורא קורא6 ו ווי דערוועגט זיך עמיצער פוּן אייך, וואָס האָט עפּעס קעגן זיין חַבר, זיך צו לאָדענען פאַר די רשָעים, און נישט פאַר די קדוֹשִים? 2 צי ווייסט איר נישט, אַז די קדוֹשִים וועלן מִשפּטן די עולם הזה? און אויבּ די עולם הזה וועט געמִשפּט ווערן דוּרך אייך, זענט איר נישט רָאוּי צוּ מִשפּטן די קלייניקייטן? 3 צי ווייסט איר נישט, אַז מיר וועלן מִשפּטן מַלאָכים? אַ פּשִיטא שוֹין וואָס איז נוגע דיני ממונות! 4 און איר, אויבּ איר האָט עפּעס צו אַנטשיידן וואָס שייך, דיני ממונות זעצט איר די נישט-אָנגעזענע אין דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה פאַר שופטים? 5 איך זאָג דאָס צוּ אייער שאַנד. שוֹין-זשע, צי געפינט זיך נישט צווישן אייך איינער אַ חָכם, וועלכער וואָלט געקענט אויסלייכן צווישן זיינע אחים במשיח? 6 נייערט אָח במשיח גייט זיך לאָדן מיט אָח במשיח, און דערצוּ נאָך פאַר אוּמגלויבּיקע! 7 עס איז שוֹין אַ ירידה פאַר אייך, אַז איר האָט צווישן זיך מִשפָּטים. פאַרוואָס ליידט איר נישט ליבּער אַן עוולה? פאַרוואָס לאָזט איר זיך נישט ליבּער בּאַרויבּן? 8 כֵּן, איר אַליין טוּט עוולות און בּאַרויבּט, און דערצוּ נאָך אייערע אייגענע אחים במשיח! 9 צי ווייסט איר נישט, אַז די רשָעים וועלן נישט יַרשענען דאָס מַלכות ה'? זיט נישט גענאַרט : נישט קיין זונים, נישט קיין געצנדינער, נישט קיין נואפים, נישט קיין בַּעלי-תַּאוות, אויך נישט די, וואָס ליגן מיט זכָרים, 10 נישט קיין גַנָבים, נישט קיין געלט גיריקע, נישט קיין שִיכּוּרים, נישט קיין לעסטערערס, נישט קיין גַזלָנים, וועלן יַרשענען דאָס מַלכות ה'. 11 און אַזוינע זענען געווען טייל פוּן אייך; איר אָבּער זענט געוואַשן געוואָרן, איר זענט געהייליקט געוואָרן, איר קֻדַּשְתֶּם, נאָר איר זענט גערעכטפאַרטיקט געוואָרן דוּרך דעם נאָמען פון הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, און דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן אלוקינו. 12 אַלץ איז מיר מוּתּר? דאָך נישט אַלצדינג איז נוּצלעך. אַלץ איז מיר מוּתּר? דאָך וועל איך מיך נישט אוּנטערוואַרפן אוּנטער דער מאַכט פוּן עפּעס. 13 מַאכָלים פאַרן בּויך, און דער בּויך פאַר מַאכָלים?--און ה' וועט פאַרלענדן סיי דאָס, און סיי די אַנדערע. דער גוּף איז נישט פאַר זנוּת, נייערט פאַר הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ], און הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] פאַר דעם גוּף! 14 און ה' האָט אויפגעוועקט הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] תחית-המתים, און אויך אוּנדז וועט ער אויפוועקן דוּרך זיין גבוּרה. 15 צי ווייסט איר נישט, אַז אייערע גוּפים זענען אֵברים פוּן מָשיחַ [זען מהש 9:4]? זאָל איך זשע נעמען די אֵברים פוּן מָשיחַ, און זיי מאַכן פאַר אֵברים פוּן אַ זוֹנה? חס ושלום! 16 אָדער צי ווייסט איר נישט, אַז דער, וואָס בּאַהעפט זיך מיט אַ זוֹנה, איז בָּשָׂר אֶחָד מיט איר? מחמת סע שטייט געשריבּן : וְהָיוּ שְנֵיהֶם לְבָשָר אֶחָד [בראשית 2:24]. 17 אָבּער דער, וואָס איז בּאַהעפט מיט הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ], איז איין גייסט מיט אים. 18 אַנטרינט זשע פוּן זנוּת. יעדע זינד, וואָס אַ מענטש בּאַגייט, איז אויסער דעם גוּף; דער אָבּער, וואָס איז מזַנה, זינדיקט קעגן זיין אייגענעם גוּף. 19 אָדער צי ווייסט איר נישט, אַז אייער גוּף איז אַ הֵיכָל פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש, וואָס איז אין אייך, וועמען איר האָט פוּן ה'? און איר געהערט נישט צו זיך אַליין, 20 וואָרעם איר זענט טייער געקויפט געוואָרן. עַל-כֵּן, זאָלט איר אָפּגעבּן כָּבוד צוּ ה' אין אייער גוּף. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |