Orthodox Hasidic Yiddish Bible קורא קורא7 ז און בּנוֹגֵע די זאַכן, וועגן וואָס איר האָט געשריבּן : עס איז טוֹב פאַר אַ מאַן נישט צוּ בּאַרירן קיין אִשה? 2 דאָך מחמת פוּן זנוּת-וועגן, זאָל יעדער מאַן האָבּן זיין אייגן אִשָה, און זאָל יעדע אִשה האָבּן איר אייגענעם מאַן. 3 זאָל דער מאַן אָפּגעבּן דעם אִשָה איר חוֹב; און אַזוי אויך דאָס אִשָה דעם מאַן. 4 דאָס אִשָה האָט נישט קיין רשוּת איבּער איר אייגענעם גוּף, נאָר דער מאַן; און אַזוי האָט אויך דער מאַן נישט קיין רשוּת איבּער זיין אייגענעם גוּף, נאָר דאָס אִשָה. 5 שיידט זיך נישט אָפּ איינער פוּן דעם אַנדערן, אחוץ אויבּ איר זענט מרוצה דערויף צו אַ געוויסער צייט, כּדי איר זאָלט זיך אָפּגעבּן מיט דאַווענענדיק , און קומט זיך ווידער צונויף, כּדי הָשָטן זאָל אייך נישט בּרענגען צוּ קיין נסָיון דורך אייער מאַנגל פון כִּבּוּש היֵּצֶר. 6 און דאָס זאָג איך בּדֶרֶך רשוּת, און נישט בּדֶרֶך פקודה. 7 דאָך הַלוואַי זאָלן אַלע מענטשן זיין אַזוֹיווי איך אַליין. אָבּער יעדער איינער האָט זיין אייגענע מַתָּנה פוּן ה', איינער אויף דעם אוֹפן, און אַן אַנדערער אויף יענעם. 8 און צוּ די נישט-חתונה-געהאַטע, און צוּ די אַלמָנות זאָג איך: עס איז טוֹב פאַר זיי, אויבּ זיי פאַרבּלייַבּן אַזוֹיווי איך. 9 אָבּער אויבּ זיי קענען זיך נישט איינהאַלטן, זאָלן זיי חַתוּנה האָבּן; מחמת עס איז בּעסער חַתוּנה-צו-האָבּן ווי צו בּרענען. 10 און צוּ די פאַרהייראַטע זאָג איך אָן, כֵּן נישט איך, נייערט הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ], אַז דאָס אִשָה זאָל זיך נישט אָפּשיידן פוּן איר מאַן -- 11 נאָר אויבּ זי האָט זיך געשיידן, זאָל זי פאַרבּלייַבּן נישט-פאַרהייראַט, אָדער זיך איבּערבּעטן מיט דעם מאַן -- און אַ מאַן זאָל נישט פאַרלאָזן זיין אִשָה. 12 צוּ די איבּעריקע אָבּער זאָג איך, נישט הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] : אויבּ אַן אָח במשיח האָט אַן אוּמגלויבּיק אִשָה, און זי איז מַסכּים צוּ וואוינען מיט אים, זאָל ער זי נישט פאַרלאָזן. 13 און דאָס אִשָה, וואָס האָט אַן אוּמגלויבּיקן מאַן, און דער איז מַסכּים צוּ וואוינען מיט איר, זאָל זי איר מאַן נישט פאַרלאָזן. 14 מחמת דער אוּמגלויבּיקער מאַן ווערט געהייליקט דוּרך דעם אִשָה, און דאָס אוּמגלויבּיקע אִשָה ווערט געהייליקט דוּרך דעם אָח במשיח; ווייל ווען נישט, וואָלטן אייערע יְלָדים געווען טמאים, נאָר איצט זענען זיי קדוֹשִים. 15 אויבּ אָבּער דער אוּמגלויבּיקער וויל זיך אָפּשיידן, לאָז ער זיך אָפּשיידן; אין אַזעלכע פאַלן איז דער אָח אָדער די אָחוֹת בּמשיח, איז נישט קנעכטיש-געבּוּנדן; און ה' האָט אוּנדז בּאַרוּפן צוּ לעבּן בּשָלום. 16 וואָרעם וויאַזוי ווייסטוּ, אָ אִשה, צי דוּ וועסטו ראַטעווען דיין מאַן? אָדער וויאַזוי וויסטוּ, אָ מאַן, צי דוּ וועסט ראַטעווען זיין דיין אִשָה? 17 נאָר ווי הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] האָט צוּגעטיילט יעדן מענטשן, ווי ה' האָט יעדן בּאַרוּפן, אַזוי זאָל ער זיך נוהג-זיין. און אַזוי בּאַפעל איך אין אַלע בְּרִית חֲדָשָה קהִילות. 18 איז עמיצער בּאַרוּפן ווען אַ געמַלטער, זאָל ער נישט ווערן אוּמגעמַלט [זען מהש 21:20]. איז עמיצער בּאַרוּפן געוואָרן אין עָרלה? זאָל ער נישט געמַלט ווערן [זען מהש 21:25]. 19 מִילה איז גאָרנישט, און עַרלה איז גאָרנישט, נייערט שְמִירַת מִצְווֹת ה' [זען מהש 25-21:20]. 20 לאָז יעדער פאַרבּלייַבּן אין יענער בּאַרוּפוּנג, אין וועלכער ער איז בּאַרוּפן געוואָרן. 21 בּיסטוּ בּאַרוּפן געוואָרן אַלס אַן עֶבֶד? מאַך דיר נישט קיין דאגות דעריבּער; אויבּ אָבּער דוּ קענסט בּאַפרייט ווערן, נוּץ עס ליבּער אויס. 22 מחמת דער, וואָס איז בּאַרוּפן אין הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] אַלס אַן עֶבֶד, איז בּאַפרייַטער פון הָאָדוֹן; אַזוי אויך דער, וואָס איז געווען פריי, ווען ער איז בּאַרוּפן געוואָרן, איז עֶבֶד פון רבי מֵלך המָשיחַ. 23 איר זענט טייער געקויפט געוואָרן; ווערט זשע נישט קיין עֶבֶד פוּן קיין מענטשן. 24 אחים במשיח, לאָז יעדער איינער, אין וואָס פאַר אַ מַעֲמָד ער איז בּאַרוּפן געוואָרן, פאַרבּלייַבּן אין דעם פאַר ה'. 25 און בּנוֹגֵע בּתוּלוֹת, האָבּ איך נישט קיין מצוה פוּן הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ]; איך גיבּ אָבּער מיין מיינוּנג ווי איינער, וואָס האָט געפוּנען רחמים בּיי הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ], צוּ זיין נֶאֱמָן. 26 איך האַלט דעריבּער, אַז צוליבּ דער איצטיקער צָרה, איז עס טוֹב פאַר אַ מענטשן צוּ זיין ווי ער איז. 27 בּיסטוּ צוּגעבּוּנדן צוּ אַן אִשָה? זוּך נישט צוּ ווערן פריי. בּיסטוּ פריי פוּן אַן אִשָה? זוּך נישט קיין אִשָה. 28 האָסטוּ אָבּער חַתוּנה געהאַט, האָסטוּ נישט געזינדיקט; און אויבּ אַ בּתוּלה האָט חַתוּנה, האָט זי נישט געזינדיקט. אָבּער אַזוינע וועלן האָבּן צָרות אין דעם פלייש; און איך וואָלט אייך וועלן פאַרשוינען. 29 דאָס אָבּער זאָג איך, אחים במשיח, די צייט איז קוּרץ. און פוּן איצט-אָן זאָלן יענע, וואָס האָבּן נָשים, זיין גלייך ווי זיי וואָלטן זיי נישט געהאַט; 30 און יענע, וואָס וויינען, גלייך ווי זיי וואָלטן נישט געוויינט; און די, וועלכע זענען זיך משמח, גלייך ווי זיי וואָלטן זיך נישט משמח געווען; און די, וועלכע קויפן איין, גלייך ווי זיי וואָלטן גאָרנישט פאַרמאָגט; 31 און די, וועלכע געבּרויכן די עוֹלם הַזֶּה, גלייך ווי זיי וואָלטן זי נישט געבּרויכט; וואָרעם די געשטאַלט פוּן דער עוֹלם הַזֶּה פאַרגייט. 32 און איך וויל איר זאַלט זיין פריי פוּן דאגות. דער נישט-פאַרהייראַטער, זאָרגט פוּנוועגן די זאַכן פוּן הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ], וויאַזוי ער זאָל וואוילגעפעלן ווערן הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ]; 33 דער חתונה-געהאַטער זאַרגט פוּנוועגן די זאַכן פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, וויאַזוי ער זאָל וואוילגעפעלן ווערן זיין אִשָה, 34 און ער איז צעטיילט. און די נישט-פאַרהייראַטע אִשה, און די בּתוּלה, זאַרגט זיך פוּנוועגן די זאַכן פוּן הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ], כּדי זי זאָל זיין קְדוֹשָה, סיי אין דעם גוּף און סיי אין דעם גייסט; אָבּער די חתונה-געהאַטע, זאָרגט פוּנוועגן די זאַכן פוּן דער עוֹלם הַזֶּה, וויאַזוי זי זאָל וואוילגעפעלן ווערן איר מאַן. 35 און דאָס זאָג איך פאַר אייער אייגענער תּוֹעֶלֶת, נישט כדי צוּ וואַרפן אַ נעץ אויף אייך, נייערט אַז תִּתְנַהֲעוּ כַּיָּאוּת, און כּדי איר זאָלט קענען דינען הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] אוּמגעשטערט. 36 אויבּ אָבּער עמיצער מיינט, אַז ער טוט אָן זיין בּתולה אַ חרפּה, אויבּ זי איז אַריבּער איר בּליִאוּנג-צייט, און אויבּ סע בּאַדאַרף אַזוי צוּ זיין, זאָל ער טאָן וואָס ער וויל; ער זינדיקט נישט; זיי מעגן חתוּנה האַבּן. 37 דער אָבּער, וואָס שטייט פעסט אין זיין לבֵ, שֶאֵינוֹ שָרוּי בְּצֹרֶךְ, נייערט האָט שלִיטה איבּער זיין אייגענעם ווילן, און האָט דאָס דאָזיקע בּאַשלאָסן אין זיין לבֵ צוּ זיין שומר איבּער זיין אייגענע בּתולה, אַזוי טוּט ער רעכט. 38 על-כּן, דער, וואָס מאַכט חַתוּנה זיין בּתולה, טוּט טוֹב; און דער, וואָס מאַכט זי נישט חַתוּנה, וועט טאָן נאָך בּעסער. 39 אַן אִשָה איז געבּוּנדן צוּ איר מאַן ווען ער לעבּט; אויבּ אָבּער דער מאַן שטאַרבּט, איז זי פריי חַתוּנה צוּ האַבּן מיט וועמען זי וויל, נייערט נאָר אין הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ]. 40 לויט מיין מיינוּנג, איז אָבּער איר וויילער, אויבּ זי פאַרבּלייַבּט אַזוֹיווי זי איז; און מיר שיינט אויס, אַז איך אויך האָבּ דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן ה'. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |