Orthodox Hasidic Yiddish Bible קורא קורא8 ח און בּנוֹגֵע די זאַכן, וואָס מען איז מַקריב צוּ אֱלִילִים : ווייסן מיר, אַז מיר אַלע האָבּן דַּעַת. וויסן בּלאָזט אויף, אָבּער אַהֲבַה בויט אויף. 2 אויבּ עמיצער מיינט, אַז ער האט דַעַת פון עפּעס, פאַרשטייט ער נאָך נישט, וויאַזוי ער דאַרף פאַרשטיין. 3 נאָר אויבּ עמיצער האָט אהבת ה', דער דאָזיקער ווערט דערקענט פוּן ה'. 4 און וואָס שַייך דעם עסן פוּן זאַכן, וואָס מען איז מַקריב צוּ אֱלִילִים, ווייסן מיר, אַז אַן אֱלִיל איז גאָרנישט אין דער עוֹלם הַזֶּה, און אַז ס'איז נישטאָ קיין אלוקים, אַחוּץ אֶחָד. 5 און ווען אַפילו עס געפינען זיך אַזויגערופענע געט-ר, צי אין שָמַיִם, צי אויף דער ערד, כְּשֵם שֶיֵּש אֵלִים רבּים און אדונים רבים -- 6 דאָך פאַר אוּנדז נאָר אֲדֹנָי אֶחָד, אלוקים הָאָב, אָב אֶחָד לְכֻלָּנוּ, פוּן וועמען אַלץ איז, און מיר פאַר אים, און אָדוֹן אֶחָד, מָשיחַ יהושע/ישוע, דוּרך וועמען אלץ איז, און מיר דוּרך אים. 7 דאָך נישט אין כל בני אדם איז דאָ די דַעַת; נייערט טייל, אין דער געוואוינהייט בּיז איצט צוּ דעם אֱלִיל, עסן עס ווי אַ קרבּן צוּ אַן אֱלִיל; און זייער מצפּוּן, וואָס איז שוואַך, ווערט בּאַפלעקט. 8 אָבּער אֹכֶל וועט אוּנדז נישט בּרענגט נענטער צוּ ה'; אויך זענען מיר נישט ערגער, אויבּ מיר עסן נישט, אויך נישט בּעסער, אויבּ מיר עסן יאָ [זען מהש 25-21:20 וואָס שייך ייד און גריך בּיי טיש]. 9 אָבּער זעט אַז די דאָזיקע פרייַהייט אייערע זאָל נישט ווערן קיין מִיכשול פאַר די שוואַכע. 10 וואָרעם אויבּ עמיצער זעט דיך, וואָס האָסט דַעַת, זיצן בּיי טיש אין דעם טעמפּל פוּן אַן אֱלִיל, וועט נישט זיין מצפּוּן, אויבּ ער איז שוואַך, דערמוּטיקט ווערן צוּ עסן זאַכן, וואָס מען האָט מַקריב געווען צוּ אֱלִילִים? 11 און דוּרך דיין דַּעַת דער שוואַכער אָח במשיח ווערט פאַרלוירן, פאַר וועמען רֶבּי מלך המָשיחַ איז געשטאָרבּן. 12 און אַזוי, ווען איר זינדיקט קעגן די אחים במשיח, און פאַרוווּנדנדיק זייער שוואַך מצפּוּן, זינדיקט איר קעגן רֶבּי מלך המָשיחַ. 13 איבּערדעם, אויבּ מַאֲכָל פאַרפירט מיין אָח במשיח צוּ שטרויכלען, וועל איך קיינמאָל נישט עסן קיין פלייש, כּדי איך זאָל נישט פאַרפירן מיין אָח במשיח צוּ שטרויכלען. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |