Orthodox Hasidic Yiddish Bible קורא קורא9 ט בּין איך נישט פריי? בּין איך נישט קיין שלִיחַ? האָבּ איך נישט געזען יהושע/ישוע אֲדוֹנֵנוּ [זען מהש 5-9:3]? זענט איר נישט מיין ווערק אין הָאָדוֹן? 2 אויבּ פאַר אַנדערע בּין איך נישט קיין שלִיחַ, דאָך פאַר אייך בּין איך יאָ; מחמת דער חוֹתַם פוּן מיין שלִיחות [זען גלט' 2:10] זענט איר אין הָאָדוֹן. 3 דאָס איז מיין רעכטפאַרטיקוּנג פאַר די, וואָס פאָרשן מיך אויס. 4 צי האָבּן מיר נישט קיין רשוּת צוּ עסן און צוּ טרינקען? 5 צי האָבּן מיר נישט קיין רשוּת אַרוּמצוּפירן אַן אָחוֹת במשיח פאַר אַן אִשָה, אַזוי ווי די איבּעריקע שלִיחים, און די אַחָוהי דּמָרַן, און כֵּיפָא? 6 אָדער איך נאָר און בַּר-נַבָּא, האָבּן מיר נישט קיין רשוּת נישט צוּ אַרבּעטן? 7 ווען דינט עס אַ זעלנער אויף זיינע אייגענע הוֹצָאות? ווער פלאַנצט אַ כֶּרֶם, און עסט נישט פוּן אים קיין פֵּירות? אָדער ווער פּאַשעט אַן עֵדֶר, און עסט נישט פוּן דער חָלָב פוּן דער עֶדֶר? 8 צי טוּ איך רעדן די דאָזיקע זאַכן לויט דעם שטייגער פוּן מענטשן? אָדער צי זאָגט נישט די תּוֹרה אויך דאָס זעלבּע? 9 מחמת סע שטייט געשריבּן אין תּוֹרַת-מֹשה [רבינו] : דו זאָלסט נישט פאַרשליסן אַן אָקס דאָס מויל, ווען ער דרעשט [דברים 25:4]. צי זאָרגט דען ה' נאר פאַר אָקסן? 10 אָדער זאָגט ער עס פוּן אוּנדזערטוועגן בִּכלַל? כֵּן, פוּן אוּנדזערטוועגן איז עס געשריבּן געוואָרן; ווייל דער, וואָס אַקערט, דאַרף אַקערן מיט תקוה, און דער, וואָס דרעשט, אין דער תקוה צוּ בּאַקוּמען אַ חֶלֶק. 11 אויבּ מיר האָבּן געזייֵט אין אייך רוחניותדיקע זאַכן, איז עס אַזאַ גרויסער עִנין, אויבּ מיר וועלן שניידן אייערע ערדישע זאַכן? 12 אויבּ אַנדערע האָבּן אַ חֵלֶק אין דעם רעכט איבּער אייך, האָבּן מיר נישט מער? מיר אָבּער האָבּן נישט אויסגענוּצט דאָס דאָזיקע רעכט, נייערט מיר שטייען אַלץ אויס, כּדי מיר זאָלן נישט מאַכן קיין שטערוּנג פאַר דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ. 13 ווייסט איר דען נישט, אַז די, וועלכע טוּען די עבודת קוֹדֶש, עסן פוּן די זאַכן פוּן דעם בֵּית מִקדש, און די, וועלכע דינען פאַר דעם מִזבֵּחַ, נעמען זייער חֶלֶק אין דעם מִזבֵּחַ? 14 טאקע אַזוי האָט אויך הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] מתַקן געווען, אַז די, וואָס דרשענען די בּשׂוּרת הגאוּלָה, זאָלן לעבּן פוּן דער בּשׂוּרת הגאוּלָה. 15 איך האָבּ אָבּער נישט אויסגענוּצט קיין איינציקע פוּן די דאָזיקע זאַכן; און איך האָבּ דאָס נישט געשריבּן, כּדי מען זאָל עס אַזוי טון לגבּי מיר; וואָרעם עס איז מיר ליבּער צו שטאַרבּן, ווי עמיצער זאָל צוּנישט מאַכן מיין רום. 16 מחמת אויבּ איך דרשענען די בּשׂוּרת הגאוּלָה, דאַרף איך מיך נישט רימען מיט דעם, ווייל איך בּין מחוּיב דאָס צוּ טאָן; וואָרעם וויי איז מיר, אויבּ איך טוּ נישט אָנזאָגן די בּשׂוּרת הגאוּלָה! 17 וואָרעם אויבּ איך טוּ דאָס דאָזיקע פרייוויליק, האָב איך אַ שׂכַר; נאָר אויבּ נישט פוּן מיין אייגענעם ווילן, האָבּ איך אַ פאַרוואַלטונג, וואָס איז מיר אָנפאַרטרויט געוואָרן. 18 וואָס זשע איז מיין שׂכַר? דאָס: וואָס ווען איך טוּ דרשענען די בּשׂוּרת הגאוּלָה, זאָל איך קענען בּרענגען די בּשׂוּרת הגאוּלָה בּחנם אָן געצאָלטס, כּדי נישט אויסצוּנוּצן מיין רעכט אין דער בּשׂוּרת הגאוּלָה. 19 וואָרעם הַגַם איך בּין פריי פוּן כל בני אדם, האָבּ איך מיך געמאַכט פאָר אַ מְשָרֵת צוּ כל, כּדי איך זאָל געווינען וואָס מערער. 20 צו די ייִדן בּין איך געוואָרן ווי אַ ייִד, כּדי איך זאָל געווינען די ייִדן; פאַר די, וואָס זענען בכל חומר הדין, ווי בכל חומר הדין, ווען אַליין בּין איך נישט בכל חומר הדין [זען קורב 3:6], כּדי איך זאָל געווינען די, וואָס זענען בכל חומר הדין; 21 צו די, וואָס זענען פעלנדיק אַ תּוֹרה, ווי פעלנדיק אַ תּוֹרה, ווען איך בּין נישט פעלנדיק תּוֹרה פון ה', נייערט אוּנטער תּוֹרה פון מָשִיחַ [זען ישעיהו 42:4], כּדי איך זאָל געווינען די, וואָס זענען פעלנדיק אַ תּוֹרה. 22 פאַר די שוואַכע בּין איך געוואָרן שוואַך, כּדי איך זאָל געווינען די שוואַכע. איך בּין געוואָרן אַלץ פאַר כל בני אדם, כּדי בּכָל-אוֹפן ראַטעווען צוּ זיי טייל פוּן זיי. 23 און איך טוּ אַלצדינג פאַר דער בּשׂוּרת הגאוּלָה-וועגן, כּדי איך זאָל האָבּן אַ חֵלֶק אין איר. 24 צי ווייסט איר נישט, אַז די, וואָס לויפן אויף דער אַרענע, לויפן אַלע, אָבּער נאָר איינער דערלאַנגט דעם פּרייַז? אַזוי זאָלט איר לויפן, כּדי איר זאָלט עס בּאַקוּמען. 25 און יעדער אַטלעט, בּאַהערשט זיך אין אַלעם. און זיי טוּען עס כּדי זיי זאָלן בּאַקוּמען אַ פאַרדאַרבּלעכען קרוין; מיר אָבּער אַן אוּמפאַרדאַרבּלעכען. 26 דעריבּער לויף איך אַזוי, נישט ווי אוּמזיכער; איך בּאָקס נישט אַזוי ווי איינער, וואָס שלאָגט די לוּפט; 27 נאָר איך אונטערדריק מיין גוף, און האַלט אים אין קנעכטשאַפט, כדי בּשעת איך דרשן צו אנדערע, זאָל איך אַליין נישט פאַרוואָרפן ווערן [זען רומ' 8:13]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |