Orthodox Hasidic Yiddish Bible קורא קורא10 י איך וויל אַז איר זאָלט וויסן, אחים במשיח, אַז אַלע אבותינו זענען געווען אוּנטער דעם וואָלקן, און אַלע זענען אַריבּערגעגאַנגען איבּער דעם יַם; 2 און אַלע זענען מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן צו מֹשהן אין דעם וואָלקן און אין דעם יַם; 3 און אַלע האָבּן געגעסן די זעלבּיקע רוחניותדיקע אֹכֶל; 4 און אַלע האָבּן געטרוּנקען דעם זעלבּיקע רוחניותדיקע געטראַנק; וואָרעם זיי האָבּן געטרוּנקען פוּן דעם רוחניותדיקן צוּר, וועלכער האָט זיי בּאַגלייט; און דער צוּר איז געווען מָשיחַ. 5 דאָך זענען די מערסטע פוּן זיי האָט ה' נישט געהאַט קיין וואוילגעפעלן [זען מתי 23-7:21]; וואָרעם זיי זענען אוּמגעקוּמען אין דער מִדבּר. 6 און די דאָזיקע זאַכן זענען געשען אלס פאָרבּילדער פאַר אוּנדזערטוועגן, כּדי מיר זאָלן נישט גלוּסטן נאָך קיין רָעוֹת, ווי יענע האָבּן געגלוסט. 7 און איר זאָלט אויך נישט זיין קיין געצנדינער, ווי אַ טייל פוּן זיי זענען געווען; ווי סע שטייט געשריבּן: וַיֵּשֶב הָעָם לֶאֱכֹל וְשָתוֹ וַיָּקֻמוּ לְצַחֵק [שמות 32:6]. 8 און לאָמיר אויך נישט מזנה זיין, ווי אַ טייל פוּן זיי האָבּן מזנה-געווען, און עס זענען געפאַלן אין יוֹם אֶחָד 23,000. 9 לאָמיר אויך נישט אויספּרוּאוון הָאָדוֹן, ווי אַ טייל פוּן זיי האָבּן אויסגעפּרוּאווט, און זענען אוּמגעקוּמען פון די שלאַנגען. 10 איר זאָלט אויך נישט מוּרמלען, ווי אַ טייל פוּן זיי האָבּן געמוּרמלט, און זענען אוּמגעקוּמען דוּרך דעם מַשחִית. 11 און די דאָזיקע זאַכן זענען געשען צוּ זיי פאַר אַ פאָרבּילד; און זיי זענען פאַרשריבּן געוואָרן צוּ זיין אַ מוסר פאַר אוּנדזערטוועגן, אויף וועמען דער סוֹף פוּן די וועלט-צייטן האָט גענעענט. 12 על-כּן, לאָז דער, וואָס מיינט, אַז ער שטייט, זיין שומר, אַז ער זאָל נישט פאַלן. 13 קיין נסָיוֹן האָט אייך נישט אָנגעכאַפּט, אחוץ וואָס איז ווי אַ מענטש קען פאַרטראָגן. אָבּער ה' איז נֶאֱמָן, וועלכער וועט אייך נישט לאָזן אויסגעפּרואווט ווערן איבּער אייערע כּוֹחות; נאָר צוזאַמען מיט דעם נסיון וועט ער אויך מאַכן אַן אויסוועג, כדי איר זאָלט קענען בּיישטיין. 14 דערפאַר, בּאַליבּטע מיינע, אַנטלויפט פוּן עֲבוֹדַת אֱלִילִים 15 איך רעד ווי צוּ פאַרשטענדיקע; מִשפּט איר אַליין, וואָס איך זאָג. 16 דער כּוֹס פוּן בּרָכה, אויף וועלכן מיר מאַכן אַ בּרָכה, צי איז ער דען נישט חברותאשאפט מיט דעם דָּם פוּן דעם מָשיחַ? די מַצה, וואָס מיר בּרעכן, צי איז דאָס נישט חברותאשאפט מיט דעם בָּשָׂר [זען בָּשָר, תהלים 10-16:9] פוּן מָשיחַ [בּן דוד]? 17 און מחמת עס איז איין מַצה, זענען מיר, וואָס זענען רבים, איין בָּשָׂר, מחמת מיר כל האָבּן אַ חֵלֶק אין דער איינער מַצה. 18 קוקט אויף בּנֵי-יִשׂרָאל לויטן פלייש: צי זענען דען נישט די, וועלכע עסן די קָרבָּנות, אָנטיילנעמער אין דעם מִזבֵּחַ? 19 וואָס זשע איז עס דען וואָס איך זאָג? אַז אַ קרבּן צוּ אֱלִילים איז עפּעס? אָדער אַז דער אֱלִיל [אַליין] איז עפּעס? 20 נאָר אַז וואָס די געצנדינער זענען מַקריב, זענען זיי מַקריב צוּ טייַוולאָנים, און נישט צוּ ה'. און איך וויל נישט, אַז איר זאָלט קומען אין חברותאשאפט מיט טייַוולאָנים. 21 איר קענט נישט טרינקען דעם כּוֹס פוּן הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ], און דעם בּעכער פוּן טייַוולאָנים; איר קענט נישט האָבּן אַ חֵלֶק אין דעם טיש פוּן הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ], און אין דעם טיש פוּן טייַוולאָנים [זען מהש 21:25]. 22 אָדער זאָלן מיר דערצערענען ה' צוּ קִנאה? זענען מיר שטאַרקער פוּן אים? 23 אַלץ איז מוּתר? נישט אַלץ איז נוּצלעך. אלץ איז מוּתר? נישט אַלץ בּויט אויף. 24 זאָל קיינער נישט זוּכן זיין אייגענע טוֹבה, נייערט וואָס איז טוֹבה פאר זיין חַבר. 25 אַלץ [רַב שָאוּל רעדט דאָ פון עֲבוֹדַת אֱלִילִים און נייטראל פלייש, נישט טרייף; ה' איז נישט לערנען יהודים צו עסן טרייף; די לייענער האבן פריִער אָנהענגער פון עֲבוֹדַת אֱלִילִים], וואָס מען פאַרקויפט אין די יאַטקעס, עסט, און פרעגט נישט קיין שאַלה פוּן געוויסנוועגן; 26 כִּי לַה' הָאָרִץ וּמְלוֹאָהּ [זען תהלים 24:1]. 27 און אויבּ איינער פוּן די, וואָס גלויבּן נישט, בּעט אייך אויף אַ סעוּדה, און איר האָט בּדֵעה צוּ גיין, זאָלט איר עסן אַלץ, וואָס סע ווערט געשטעלט פאַר אייך, און פרעגט נישט קיין שאַלה פוּן געוויסנוועגן. 28 אויבּ אָבּער עמיצער וועט צוּ אייך זאָגן : דאָס האָט מען מַקריב געווען פאַר אַ קָרבּן, טאָ עסט עס נישט, פוּן זייַנעטוועגן, וואָס האָט עס אָנגעוויזן, און פוּן געוויסנוועגן. 29 איך מיין נישט דאָס אייגענע געוויסן, נייערט דעם מצפּוּן פון אַנדערן. מחמת פאַרוואָס זאָל מיין פרייַהייט געמִשפּט ווערן פוּן מצפּוּן פון אַן אַנדערן? 30 און אויבּ איך געניס עפּעס מיט אַ בּרָכה, פאַרוואָס זאָל אַרויסגיין אַ שם רע אויף מיר וועגן דעם, פאַר וועלכן איך מאַך אַ בּרָכה? 31 על-כּן, צי איר עסט, אָדער טרינקט, אָדער וואָס נאָר איר טוּט, טוּט כל פאַר דעם כָּבוד ה'. 32 זייט נישט קיין מכשול פאַר די ייִדן, אָדער די אוּמות, אָדער דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה פוּן ה'; 33 טאקע ווי אויך איך בּאַמי זיך צו געפעלן לְכֻלָּם בְּכָל דָּבָר, און זוּך נישט מיין אייגענעם נוּצן, נייערט דעם נוּצן פוּן דעם רַבּים, כּדי זיי זאָלן געראַטעוועט ווערן [פון זַעַם ה', זען רומ' 1:18] . THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |