Orthodox Hasidic Yiddish Bible קורא קורא11 יא זייט מיינע [רַב שָאוּלס] נאָכפאָלגער, אַזוי ווי אויך איך בּין פון רֶבּי מלך המָשיחַ. 2 און איך לויבּ אייך, אחים במשיח, וואָס איר געדענקט מיך אין אַלצדינג, און זוֹכרים די מָסֹרֶת [מסרות הזקני עדת בני ישראל פון דרך ה'] אַז מסרתִּי צו אייך [מסֹרה פון הזקנים פון עדת בני ישראל פון יהודים אין רבּי מלך המשיח און אין ארטאדאקסיש יידיש אמונה, זען יהודה 1:3; מהש 25-21:20]. 3 איך וויל אָבּער, אַז איר זאָלט וויסן, אַז דער קאָפּ פוּן יעדן מאַן איז מָשיחַ, און דער קאָפּ פוּן יעדן אִשָה איז דער מאַן, און דער קאָפּ פון מָשיחַ איז ה'. 4 יעדער מאַן, וואָס איז דאווענען , אָדער זאָגט נבִיאות, און ער האַלט פאַרדעקט זיין קאָפּ [מיט זיין פרוי'ס כְּסוּת רֹאש אָדער טיכל], פאַרשעמט ער זיין קאָפּ [זען דברים 22:5]. 5 און יעדע אִשה, וואָס איז דאווענען , אָדער זאָגט נבִיאות, און איר קאָפּ איז אָפּגעדעקט, פאַרשעמט זי איר קאָפּ; מחמת עס איז איינס און דאָס זעלבּע ווי זי וואָלט געווען געגאָלט. 6 וואָרעם אויבּ אַ פרוי איז נישט פאַרהילט, זאָל זי זיך אויך אָפּשערן; נאָר אויבּ עס איז אַ בּזָיוֹן פאַר אַ ווייבּ צוּ זיין אָפּגעשוירן, אָדער געגאָלט די האָר, זאָל זי זיך פאַרהילט. 7 וואָרעם אַ מאַן איז נישט מחוּיב צוּ האַלטן זיין קאָפּ פאַרדעקט, ווייל ער איז דאָס אָפּבּילד און כָּבוד ה' [זען שמות 28:39, כִפָּה איז נישט דאָ דערמאנט, זען מצנפת; שמות 28:39, רב שָאוּל רעדט צו דער מענטש וואס איז אַ נישט-איד; נישט לְבוּש קוֹד אין קְהִלָּה פון משיח פאר כהנים, זען מהש 6:7]; דאָס אִשָה אָבּער איז דער כָּבוד פוּן דעם מאַן -- 8 מחמת דער מאַן איז נישט פוּן דער אִשה, נייערט די אִשה פוּן דעם מאַן; 9 אויך איז דער מאַן נישט בּאַשאַפן געווארן צוליבּ דער פרוי, נאָר די פרוי צוליבּ דעם מאַן -- 10 עַל-כֵּן, דאַרף אַן אִשָה האָבּן אַ שלייער אויף איר קאָפּ, צוּליבּ די מַלאָכים. 11 אָבּער אין הָאָדוֹן [אֲדוֹנֵנוּ] איז דאָס אִשָה נישט אָן דעם מאַן, אויך נישט דער מאַן אָן דעם אִשָה. 12 ווייל ווי דאָס אִשָה איז פוּן דעם מאַן, אַזוי איז אויך דער מאַן דוּרך דעם אִשָה; אַלץ אָבּער איז פוּן ה'. 13 מִשפּט איר בּיי זיך אַליין; צי איז עס שיין, אַז אַן אִשָה זאָל דאווענען צוּ ה' נישט פאַרהילט? 14 צי טוּט אַפילו די טֶבע אַליין אייך נישט לערנען, אַז אויבּ אַ מאַן האָט לאַנגע האָר, איז עס אַ חַרפּה פאַר אים [זען דברים 22:5, היות ווי לאַנג האָר פון די פרוי פאַרהילן די בוזעם פאר צְנִיעוּת, זען 11:15 קורא], 15 נאָר אויבּ אַן אִשָה האָט לאַנגע האָר, איז עס אַ כָּבוד פאַר איר; ווייל די האָר זענען איר געגעבּן געוואָרן פאַר אַ שלייער. 16 אויבּ אָבּער עמיצער האָט בּדעה צוּ זיין ליבּהאָבּער פון מחלוקות, האָבּן מיר נישט אַזאַ מִנהג, און אויך נישט די משיחס בְּרִית חֲדָשָה קהִילות פוּן ה' [זען מהש 25-21:20]. 17 ווען אָבּער איך גיבּ אייך דעם דאָזיקן בּאַפעל, לויבּ איך אייך נישט, וואָס איר קוּמט זיך צוּזאַמען נישט פוּנוועגן דעם בּעסערן, נייערט פוּנוועגן דעם ערגערן. 18 וואָרעם קוֹדם-כָּל, ווען איר קוּמט זיך צוּזאַמען אין דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה, הער איך, אַז מַחלוֹקת זענען פאַראַן צווישן אייך; און טייַלווייז גלויבּ איך עס. 19 וואָרעם סע מוּזן אויך זיין כִּיתּות צווישן אייך, כּדי די אויסגעפּרואווטע צווישן אייך, זאָלן קענען אַנטפּלעקט ווערן. 20 על-כּן, ווען איר קוּמט זיך צוּזאַמען, איז עס נישט מעגלעך צוּ עסן דעם סועדת משיח; 21 וואָרעם יעדער איינער נעמט פאָרויס זיין אייגן מאָלצייט בּשעת דעם עסן; און איינער איז הוּנגעריק, און אַן אַנדערער איז שִיכּור. 22 וואָס? צי האָט איר נישט קיין בָּתִים וואו צוּ עסן און צוּ טרינקען? אָדער צי זענט איר מבַזה די קהִלַּת ה', און זענט מבַייש די, וואָס האָבּן גאָרנישט? וואָס זאָל איך אייך זאָגן? זאָל איך אייך לויבּן? פאַר דעם לויבּ איך אייך נישט. 23 מחמת איך האָבּ מקַבּל געווען פוּן הָאָדוֹן דאָס, וואָס אויך מָסַרְתִּי צוּ אייך, אַז הָאָדוֹן יהושע/ישוע האָט אין דער לַיְלָה הזה, אין וועלכער ער איז פאַרראָטן געוואָרן, גענוּמען מַצה פאַר המוציא, 24 און אַזוי ווי ער האָט אַ בּרָכה געמאַכט, האָט ער זי צעבּראָכן, און געזאָגט: דאָס איז מיין בָּשָׂר [זען בָּשָׂר פון לאַם פון אלוקים, תהלים 10-16:9; בראשית 12:8; ישעיהו 53:7], וואָס ווערט צעבּראָכן פאַר אייַערטוועגן; טוּט דאָס דאָזיקע לזכרון פון מיר. 25 און אויף אַזאַ אוֹפן אויך דעם כּוֹס, נאָך דער סעוּדה, אַזוי צוּ זאָגן : דער דאָזיקער כּוֹס איז הַבְּרִית הַחֲדָשָה [ירמיהו (34-31)33-31:30] אין מיין דָּם; טוּט דאָס, ווען איר טרינקט דערפון, לזכרון פון מיר. 26 וואָרעם ווען איר עסט די מַצה, און טרינקט דעם כּוֹס, טוּט איר דרשענט דעם הִסתַּלְּקוּת שֶל מָשִִיחַ הָאָוֹן, בּיז ער קוּמט [זען יג עִקָּרִים, אני מאמין בְּביאַת המשיח]. 27 על-כּן, ווער סע וועט עסן די מַצה, און טרינקען דעם כּוֹס פוּן הָאָדוֹן אויף אַן אוּמווערדיקן אוֹפן, וועט זיך פאַרשוּלדיקן קעגן דעם בָּשָׂר און דעם דָּם פוּן הָאָדוֹן [זען שמות 8-12:7]. 28 נאָר לאָז אַ מענטש זיך אַליין אויספּרוּאוון, און דאַן זאָל ער עסן פוּן דער מַצה און טרינקען פוּן דעם כּוֹס. 29 וואָרעם דער, וואָס טוּט עסן און טרינקען, עסט און טרינקט אַ גְזַר דִּין אויף זיך אַליין, אויבּ ער מאַכט נישט קיין הֶבְדֵּל צווישן דעם בָּשָׂר פוּן הָאָדוֹן. 30 איבּערדעם זענען רבים פוּן אייך שוואַך און חוֹלים, און נישט ווינציק זענען איינגעשלאָפן דעם שלאָף פון טויט. 31 אויבּ אָבּער מיר טוּען זיך אַליין אויספּרוּאוון, וועלן מיר נישט געמִשפּט ווערן; 32 און ווערן מיר שוין געמִשפּט, ווערן מיר געציכטיקט פוּן הָאָדוֹן, כּדי מיר זאָלן נישט פאַרמִשפּט ווערן צוזאַמען מיט דער עוֹלם הַזֶּה. 33 על-כּן, מיינע אחים במשיח, ווען איר קוּמט זיך צוּזאַמען צוּ עסן, וואַרט איינער אויף דעם אַנדערן. 34 און אויבּ עמיצער איז הוּנגעריק, זאָל ער עסן אין דער היים, כּדי אייער צוּנויפקוּמען זאָל נישט ווערן קיין פאַרשוּלדיקוּנג. און דאָס איבּעריקע וועל איך מתַקן זיין, ווען איך וועל קוּמען. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |