1 Corinthians 12
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורא

קורא12

יב און בּנוֹגֵע מַתָּנות פוּן דעם רוּח הקודש, אחים במשיח, וויל איך נישט איר זאָלט זיין אומוויסנד. 2 איר ווייסט, אַז ווען איר זענט געווען שייגעץ [זינדיקער], האָט איר זיך געלאָזט פירן צוּ יענע שטוּמע אֱלִילִים, וויאַזוי נאָר מע האָט אייך געפירט. 3 על-כּן, בּין איך אייך מוֹדִיע, אַז קיינער, וואָס רעדט דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן ה', זאָגט: יהושע/ישוע זאָל זיין חֶרֶם! און קיינער קען נישט זאָגן: יהושע/ישוע הוּא אָדֹנָי, אחוץ דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש. 4 און סע זענען פאַראַן פאַרשידענע מַתָּנות, אָבּער דער זעלבּער רוּחַ הַקוֹדֶש; 5 און סע זענען פאַראַן פאַרשידענע אַבוֹדות, אָבּער דער זעלבּער אָדֹנָי, 6 און די ווירקונגען זענען פאַרשיידן אָבּער דער זעלבּיקער אלוקים, וועלכער ווירקט אַלץ אין אַלעם. 7 נאָר יעדן איינעם איז געגעבּן געוואָרן די הִתְגַּלּוּת פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש צוּם נוּצן. 8 וואָרעם איינעם איז געגעבּן געוואָרן דוּרך דעם רוּחַ הַקוֹדֶש דאָס דָּבָר פוּן חָכמה [זען מהש 16:7], און אַן אַנדערן דאָס דָּבָר פוּן דַּעַת [זען מהש 5:3], לויט דעם זעלבּן רוּחַ-הַקוֹדֶש; 9 אַן אַנדערן אֶמוּנה [זען מתי 17:20], דוּרך דעם זעלבּן רוּחַ הַקוֹדֶש, און אַן אַנדערן מַתָּנות פוּן היילן [מהש 16-3:6] דוּרך דעם איינעם רוּחַ הַקוֹדֶש, 10 אַן אַנדערן צוּ טאָן וואוּנדער [זען יוחנן 43-11:42], און צוּ אַן אַנדערן נבוּאה [זען מהש 11:28], און אַן אַנדערן צוּ אוּנטערשיידן גייַסטער [זען מהש 16:16], אַן אַנדערן פאַרשידענע מִינים לשוֹנות [זען קורא 14:26], און אַן אַנדערן דאָס פאַרטייַטשן פוּן לשוֹנות [זען קורא 14:26]. 11 אָבּער דאָס אלץ טוּט ווירקן דער איינער און דער זעלבּער רוּחַ הַקוֹדֶש, וואָס פאַרטיילט יעדן איינעם בּאַזוּנדער אַזוֹיווי ער וויל. 12 וואָרעם אַזוֹיווי דער גוּף איז איינער, און האָט אֵברים רבים, און די אלע אֵברים פוּן דעם גוּף, הַגַם זיי זענען רבים, זענען איין גוּף, אַזוי איז אויך מָשיחַ. 13 וואָרעם דוּרך איין רוּחַ הַקוֹדֶש זענען מיר אלע מקוה מים געטוֹבלט געוואָרן אין איין גוּף, סיי ייִד אָדער לֹא-ייִד, סיי עֶבֶד אָדער פריי; און זענען אלע אָנגעטרוּנקען געוואָרן מיט איין רוּחַ הַקוֹדֶש. 14 ווייל דער גוּף איז נישט איין אֵבר, נייערט רבים. אויבּ דער פוּס זאָל זאָגן : ווייל איך בּין נישט קיין האַנט, געהער איך נישט צוּם גוּף, געהערט ער דערפאר נישט צוּם גוּף? 16 און אויבּ דאָס אויער זאָל זאָגן : ווייל איך בּין נישט קיין אויג, געהער איך נישט צוּם גוּף, געהערט עס דערפאר נישט צוּם גוּף? 17 אויבּ דער גאַנצער גוּף וואָלט געווען אַן אויג, וואוּ וואָלט געווען דער חוּש השמיעה? און אויבּ ער וואָלט אינגאַנצן געווען געהער, וואוּ וואָלט געווען דער חוּש-הָרֵיחַ? 18 איצט אָבּער האָט ה' געשטעלט די אֵברים, יעדן איינעם פוּן זיי אין דעם גוּף, אַזוֹיווי אים איז וואוילגעפעלן געוואָרן. 19 און אויבּ זיי וואָלטן אלע געווען איין אֵבר, וואוּ וואָלט געווען דער גוּף? 20 אַזוי אָבּער זענען זיי אֵברים רבים, נאָר איין גוּף. 21 און דאָס אויג קען נישט זאָגן צוּ דער האַנט: איך דאַרף דיך נישט האָבּן; אָדער דער קאָפּ צוּ די רגלים : איך דאָרף אייך נישט האָבּן! 22 נייערט להֵיפּך, יענע אֵברים פוּן דעם גוּף, וואָס זעען אויס צוּ זיין שוואַכער, זענען גראָד נויטווענדיק. 23 און יענע טיילן פוּן דעם גוּף, וואָס מיר מיינען, זיי זענען ווייניקער חָשוב, די דאָזיקע בּאַשענקען מיר מיט מער כָּביד; און אוּנדזערע מיאוּסע טיילן האָבּן אַ סַך מער ליבּלעכקייט, 24 ווען אוּנדזערע ליבּלעכע טיילן נייטיקן זיך נישט דערין. אָבּער ה' האָט אזוי צוואַמענגעזעצט דעם גוּף, און געגעבּן מער כָּבוד יענעם טייל, וואָס איז געווען געמינערט, 25 כּדי סע זאָל נישט זיין קיין מַחלוֹקה אין דעם גוּף, נייערט, אַז די אֵברים זאָלן טראָגן די זעלבּע זאָרג איינער פאַר דעם אַנדערן. 26 און אויבּ איין אֵבר טוּט ליידן, ליידן מיט אים אלע אֵברים; אָדער ווערט איין אֵבר בּאַקומט כבוד, אַזוי פרייען זיך מיט אים אַלע אֵברים. 27 אָבּער איר זענט דער גוּף פוּן מָשיחַ, און בּאַזוּנדערע אֵברים פוּן אים. 28 און ה' האָט טייל אויפגעשטעלט אין דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה, ערשטנס שלִיחים, צווייטנס נבִיאים, דריטנס מוֹרִים, דאַן עוֹשִׂי נִסּים, דאַן מַתָּנות הָרִפּוּי, העלפערס, פאַרוואַלטוּנגען, מִינים פוּן לשוֹנות [ווען איר קוּמט זיך צוּזאַמען] 29 צי זענען כל שלִיחים? זענען כל נבִיאים? זענען כל מוֹרים? כל עוֹשִׂי נִסּים? 30 האָבּן אלע מַתָּנות פוּן רפוּאות? צי רעדן כל מיט לשוֹנות [ווען איר קוּמט זיך צוּזאַמען, זען קורא 31-14:30]? טוּען אַלע פאַרטייַטשן? 31 בּאַגערט אָבּער פלייסיק די גרעסערע מַתָּנות, און אויסערדעם ווייז איך אייך אָן אַ זייער אויסגעצייכנטן דֶּרֶךְ.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Corinthians 11
Top of Page
Top of Page