Orthodox Hasidic Yiddish Bible קורא קורא13 יג אויבּ איך זאָל רעדן מיט לשוֹנות פוּן בּני אדם און פוּן מַלאָכים, און האָבּ נישט קיין אַהֲבָה, בּין איך געוואָרן ווי קלינגענדיק מעש, אָדער אַ שאַלנדיקער צימבּל. 2 און אויבּ איך האָבּ די מַתָּנה פוּן נבוּאה, און ווייס עלא סוֹדות און יעדע דערקענטעניש, און אויבּ איך זאָל האָבּן די גאַנצע אֶמוּנה, אַזוי, אַז איך זאָל קענען איבּערשטעלן הָרִים, און האָבּ נישט קיין אַהֲבָה, בּין איך גאָרנישט. 3 און אויבּ איך טייל אויס מיין גאַנץ פאַרמעגן, און גיבּ מיין גוף צום פאַרבּרענען, און האָבּ נישט קיין אַהֲבָה נוּצט עס מיר גאָרנישט. 4 אַהֲבָה איז סבלנותדיק וּנְדִיבָה; אַהֲבָה איז נישט מקַנא; אַהֲבָה רימט זיך נישט אַליין, און איז נישט אויפגעבּלאָזן. 5 זי בּאַנעמט זיך נישט געמיין, זי זוּכט נישט דאָס איריקע, זי דערצערנט זיך נישט, טראַכט נישט קיין רָעָה, 6 זי פרייט זיך נישט אין קיין עַוולה, נייערט פרייט זיך מיט דעם אֶמת. 7 אַלץ פאַרטראָגט זי, אַלץ גלויבּט זי, אַלץ האָפט זי, אלץ פאַרטראָגט זי. 8 אַהֲבָה וועט קיינמאָל נישט אויפהערן .אויבּ אָבּער סע זענען פאַראַן נבוּאות, וועלן זיי אָפּגעטאָן ווערן; אויבּ לשוֹנות, וועלן זיי אויפהערן; אויבּ דַעַת, וועט זי אָפּגעטאָן ווערן. 9 וואָרעם מיר ווייסן טיילווייַז, און אונדזער נבִיאות-זאָגן איז טיילווייַז; 10 אָבּער ווען דאָס שלֵימוּתדיקע וועט קוּמען, וועט דאָס, וואָס איז טיילווייַז, אָפּגעטאָן ווערן. 11 ווען איך בּין געווען אַ יֶלֶד, האָבּ איך גערעדט ווי אַ יֶלֶד, האָבּ פאַרשטאַנען ווי אַ יֶלֶד, האָבּ געטראַכט ווי אַ יֶלֶד; ווען, אָבּער, איך בּין געוואָרן אַ מאַן, האָבּ איך אַוועקגעלייגט די קינדישע זאַכן. 12 וואָרעם איצט זעען מיר אין אַ שפּיגל, און אין רעטענישן; יעמאָלט אָבּער פָּנים-אֶל-פָּנים, איצט פאַרשטיי איך טיילווייַז, יעמאָלט אָבּער וועל איך דערקענען, פּונקט אַזוֹיווי איך בּין אויך דערקענט. 13 און איצט בּלייַבּט אֶמוּנה, תִּקְוָה, אַהֲבָה; די דאָזיקע 3; און דאָס גרעסטע פוּן די דאָזיקע איז אַהֲבָה. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |