1 Corinthians 14
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורא

קורא14

יד שטרעבּט נאָך אַהֲבָה, און בּאַגערט פלייסיק רוחניותדיקע מַתָּנות; בּעסער אָבּער, אַז איר זאָלט קענען נבִיאות זאָגן. 2 וואָרעם דער, וואָס רעדט אין אַן אומבּאַקאַנט לָשון, טוּט נישט רעדן צוּ בני אדם, נייערט צוּ ה'; מחמת קיינער פאַרשטייט אים נישט, און ער טוּט רעדן שוֹדות אין דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [זען יהודה 1:20], 3 אָבּער דער, וועלכער זאָגט נבִיאות, טוּט רעדן צוּ מענטשן פאַר זייער אויפבּויאוּנג, און מוּסר, און טרייסט. 4 דער, וואָס רעדט אין אַ לָשון, בּויט זיך אַליין אויף; אָבּער דער, וואָס זאָגט נבִיאות, בּויט אויף די משיחס ברית חדשה קהִלָּה. 5 און איך וואָלט וועלן, אַז איר זאָלט אלע רעדן מיט אומבּאַקאַנט לשוֹנות; בּעסער אָבּער, אַז איר זאָלט נבִיאות זאָגן .און גרעסער איז דער, וואָס זאָגט נבִיאות, איידער דער, וואָס טוּט רעדן אין אומבּאקאנט לשוֹנות [זען מרק' 16:17], אחוץ ער פאַרטייַטשט, כּדי אויפצוּבּויען די משיחס ברית חדשה קהִלָּה. 6 און איצט, אחים במשיח, אויבּ איך זאָל צוּ אייך קוּמען און רעדן אין אומבּאקאנט לשוֹנות, וואָס וועל איך אייך דערמיט העלפן, אויבּ איך וועל נישט רעדן צוּ אייך דוּרך אַן הִתְגַּלּוּת, אָדער דְּבַר דַּעַת, אָדער דְּבַר נבוּאה, אָדער דְּבַר הוֹרָאָה? 7 אַפילו נישט-לעבּעדיקע זאָכן, וואָס גיבּן אַרויס אַ קלאַנג, צי אַ פלייֵט, אָדער אַ האַרף, אויבּ זיי גיבּן נישט אַרויס קיין חִילוק אין די טענער, וויאַזוי וועט מען וויסן וואָס סע ווערט געשפּילט אויף דער פלייֵט אָדער אויף דער האַרף? 8 וואָרעם ווען דער חֲצוֹצְרָה גיט אַרויס אַן אוּמבּאַשטימטן קוֹל, ווער וועט זיך גרייטן צוּ מִלחָמה? 9 אַזוי אויך מיט אייך, ווען איר וועט נישט מיט דער צוּנג אַרויסרעדן פאַרשטענדיקע רייד, וויאַזוי וועט מען וויסן, וואָס סע ווערט גערעדט? ווייל איר וועט רעדן אין דער לוּפט אַריין. 10 עס זענען פאַראַן ווער ווייס וויפל מִינים לשוֹנות אין דער עולם הזה, און קיינס איז נישט אָן אַ זיִן. 11 על-כּן, אויבּ איך פאַרשטיי נישט די בּאַדייטוּנג פוּן דעם לָשון, וועל איך זיין פאַר דעם, וואָס רעדט, אַ פרעמדער; און דער, וואָס רעדט, וועט זיין פאַר מיר אַ פרעמדער. 12 אַזוי אויך מיט אייך; הֶיוֹת איר זענט אייפעריק אין רוחניותדיקע מַתָּנות, זוּכט אַז איר זאָלט האָבּן אַ שפע פאר דער אויפבּויען פוּן דער קהִלה. 13 דערפאר, זאָל דער, וואָס רעדט אין אַן אומבּאַקאַנט לָשון, דאווענען , אַז ער זאָל קענען פאַרטייַטשן. 14 וואָרעם אויבּ איך בּין דאווענען אין אַן אומבּאַקאַנט לָשון, איז מיין גייסט דאווענען [זען יהודה 1:20]; מיין פאַרשטאַנד אָבּער איז אָן פּירות. 15 על-כּן, וואָס מיינט עס? איך וועל דאווענען מיט דעם גייסט [מיט נייע לשונות, זען מרק' 16:17; יהודה 1:20], און איך וועל אויך דאווענען מיט דעם פאַרשטאַנד; איך וועל זינגען מיט דעם גייסט [מיט נייע לשונות], און איך וועל אויך זינגען מיט דעם פאַרשטאַנד. 16 ווייל ווען דוּ מאכסט אַ בּרָכה מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש [מיט נייע לשונות], וויאַזוי וועט דער, וועלכער פאַרנעמט דעם פּלאַץ פוּן דעם נישט-געלערנטן, זאָגן אָמֵן אויף דיין בּרָכה? ער וויייסט דאָך נישט וואָס דוּ זאָגסט. 17 וואָרעם דוּ מאַכסט טאַקע די בּרָכה ריכטיק, אָבּער דער אַנדערער איז נישט אויפגעבּויט. 18 איך זאָג ברוך ה', אַז איך רעד אין אומבּאַקאַנט לשוֹנות מער ווי איר אלע. 19 דאָך אין דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה וואָלט איך ליבּער וועלן רעדן 5 דבָרים מיט מיין פאַרשטאַנד, כּדי איך זאָל אויך אַנדערע לערנען, איידער 10,000 דבָרים אין אַן אומבּאַקאַנט לָשון. 20 אחים במשיח, זייט נישט קיין יְלָדים אין פאַרשטאַנד; דאָך אין רִשְעוּת זייט עוֹפעלעך, אָבּער אין פאַרשטאַנד זייט מְבֻגָּרִים. 21 אין דער תּוֹרה שטייט געשריבּן : כּי בּלַעֲגֵי שָפָה וּבְלָשוֹן אַחֶרֶת יְדַבֵּר אֶל-הָעָם הַזֶּה וְלֹא אָבוּא שְמוֹעַ, זאָגט ה' [דברים 28:49; ישעיהו 12-28:11]. 22 על-כּן, זענען לשוֹנות פאַר אַ צייכן [אוֹת], נישט פאַר די משיחיסט מאמינים , נייערט פאַר די אוּמגלויבּיקע; ווען נבִיאות-זאָגן איז נישט פאַר די אוּמגלויבּיקע, נייערט פאַר די, וואָס גלויבּן. 23 על-כּן, אויבּ די גאַנצע משיחס ברית חדשה קהִלָּה זאָל זיך צוּנויפקוּמען אינאיינעם אין פארברענג, און אלע זאָלן רעדן אין אומבּאקאנט לשוֹנות, און סע קוּמען אַריין עַם-האָרַץ, אָדער אפּיקוֹרוֹס, צי וועלן זיי נישט זאָגן, אַז איר זענט משוּגע? 24 אויבּ אָבּער אלע זאָלן נבִיאות-זאָגן, און סע קוּמט אַריין אַן אפּיקוֹרוֹס אָדער אַן עַם-האָרַץ, ווערט ער פון אלעמען געמוּסרט, און געמִשפּט ווערן פוּן אלעמען; 25 און די פאַרבּאָרגענישן פוּן זיין לֵב ווערן אַנטפּלעקט; און ער וועט פאַלן אויף זיין פָּנים אין השתּחויה צו ה', און מוֹדה זיין, אַז ה' איז בּאמת צווישן אייך. 26 וואָס זשע מיינט עס, אחים במשיח? ווען איר קוּמט צוּזאַמען, האָט יעדער איינער אַ מִזמוֹר, אַ לערנוּנג, אַ הִתְגַּלּוּת, אַ לָשון, אַ פאַרטייַטשוּנג, זאָל אַלץ געטאָן ווערן צו דערבּויאונג. 27 אויבּ עמיצער רעדט אין אַ לָשון, זאָל עס זיין צווייענווייז, אָדער העכסטנס זאלבּעדריט, און איינער נאָך דעם אַנדערן, און איינער זאָל פאַרטייַטשן; 28 ווען אָבּער עס געפינט זיך נישט קיין פאַרטייַטשער, זאָל מען שווייגן אין דער משיחס ברית חדשה קהִלָּה, און רעדן פאַר זיך אַליין און צוּ ה'. 29 זאָלן 2 אָדער 3 נבִיאים רעדן, און לאָזן די אַנדערע מִשפּטן [זען יוחא 4:6]. 30 אויבּ אָבּער אַן הִתְגַּלּוּת וועט קוּמען אויף אַן אַנדערן, וואָס זיצט דערבּיי, זאָל דער ערשטער שווייגן. 31 וואָרעם איר אלע קענט נבִיאות-זאָגן איינער נאָך דעם אַנדערן, כּדי אלע זאָלן לערנען, און אלע זאָלן זיין געטרייסט. 32 און די גייסטער פוּן די נבִיאים זענען אוּנטערטעניק צוּ די נבִיאים. 33 וואָרעם ה' איז נישט קיין אלוקים פוּן מְהוּמָה, נייערט פוּן שָלום. 34 ווי אין אלע משיחס בְּרִית חֲדָשָה קהִילות פוּן די קדוֹשִים זאָלן די ווייבער אויך שווייגן [נישט אַרויסכאַפּן זיך צו זייער מאנען] אין די קהִילות; וואָרום זיי האָבּן נישט קיין רשוּת צוּ רעדן, נייערט צוּ זיין אוּנגעברטעניק, ווי סע זאָגט אויך די תּוֹרה [בראשית 3:16]. 35 און אויבּ זיי ווילן עפּעס לערנען, זאָלן זיי פרעגן זייערע אייגענע מענער אינדערהיים. וואָרעם עס איז אַ חַרפּה פאַר אַ ווייב צו אַרויסכאַפּן זיך אין דער קהִלָּה. 36 וואָס? צי איז דאָס דָּבָר ה' פוּן אייך אַרויסגעגאַנגען [זען מהש 25-21:20]? אָדער איז עס פאַר אייך אַליין געקוּמען [זען רומ' 1:16]? 37 אויבּ עמיצער מיינט אַז ער איז אַ נָביא, אָדער אַן אִיש רוּחָנִי, זאָל ער פאַרשטיין, אַז דאָס, וואָס איך שרייבּ צוּ אייך, איז אַ מצוה פוּן הָאָדוֹן. 38 אויבּ עמיצער וויל עס נישט מַכִּיר, לֹא יֻכַּר בּוֹ. 39 על-כּן, מיינע אחים במשיח, בּאַגערט נבִיאות צוּ זאָגן, און פאַרווערט נישט צוּ רעדן אין אומבּאַקאַנט לשוֹנות. נאָר זאָל אַלץ געטאָן ווערן אָנשטענדיק און מיט אַ סֵדר.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Corinthians 13
Top of Page
Top of Page