1 Corinthians 15
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורא

קורא15

טו און איך דערמאָן אייך, אחים במשיח, די בּשׂוּרת הגאוּלָה, וואָס איך האָבּ אייך געדַרשענט, און וואָס איר האָט אויך מקַבּל געווען, און אין וועלכער איר שטייט פעסט, 2 דוּרך וועלכער איר ווערט אויך געראַטעוועט [פון זַעַם ה', זען רומ' 1:18], אויבּ איר וועט האַלטן דאָס דָּבָר, וואָס איך האַבּ אייך געדַרשענט - אחוץ איר האָט געגלויבּט אוּמזיסט [זען קורא 19-15:14]. 3 וואָרעם אייך קוּדם-כָּל מָסַרְתִּי דאָס, וואָס אויך איך האַבּ מקַבּל געווען: אַז רֶבּי מלך המָשיחַ איז געשטאָרבּן פאַר אוּנדזערע עבירות, לויט די כתבי הקודש [זען בראשית 3:15; ישעיהו 12-53:5; תהלים 22:17 מְגִלּוֹת יָם הַמֶּלַח; דניאל 26-9:24], 4 און אַז ער איז נקבּר געוואָרן [זען ישעיהו 53:9], און אַז ער איז אויפגעשטאַנען [קום] תחִיַת-הַמֵתים דעם דריטן יוֹם, לויט ווי סע שטייט געשריבּן [הושע 6:2; תהלים 10-16:9; יונה 2:1; מלכים ב 20:5], 5 און אַז ער האָט זיך בּאַוויזן צוּ כֵּיפָאן, דאַן צוּ די 12. 6 דאַן האָט ער זיך בּאוויזן צוּ מער ווי 500 אחים במשיח אויף איינמאָל, און די מיינסטע פוּן זיי לעבּן נאָך בּיז איצט [56 סהנ], נאָר טייל זענען אַנטשלאָפן געוואָרן [שלאָפן פון טויט]. 7 דאַן האָט ער זיך בּאוויזן צו יעקבן [זען גלט' 19-1:18; יעקב 5:20-1:1], דאַן צוּ אַלע שלִיחים. 8 און צוּם סוֹף פוּן אַלע, ווי צוּ דעם מַפּיל קינד, האָט ער זיך אויך בּאַוויזן צוּ מיר. 9 וואָרעם איך בּין דער סאַמע קלענסטער פוּן די שלִיחים, און בּין נישט ווערט גערוּפן צוּ ווערן אַ שלִיח, ווייל איך האַבּ גערוֹדֶפט די משיחס ברית חדשה קהִלָּה פוּן ה'. 10 נאָר דוּרך דעם חֶסֶד פוּן ה' בּין איך, וואָס איך בּין; און זיין חֶסֶד צו מיר איז נישט געווען ארויסגעוואָרפן, נייערט איך האַבּ מיך געמיִט מער פון זיי אלעמען; דאָך נישט איך, נייערט דער חֶסֶד פוּן ה', וואָס איז געווען מיט מיר. 11 על-כּן, צי דאָס איז איך, אָדער זיי, אַזוי דַרשענען מיר, און אַזוי האָט איר געגלויבּט. 12 אויבּ אָבּער פון משיח ווערט געדַרשנט, אַז ער איז אויפגעשטאַנען תּחִיַת-הַמֵתים, וויאַזוי זאָגן טייל פוּן אייך, אַז ס'איז גאָר נישטאָ קיין תּחִיַת-הַמֵתים? 13 און אויבּ עס איז נישטאָ קיין תּהִיַת-הַמֵתים, איז אויך רבי מֵלך המָשיחַ נישט אויפגעשטאַנען. 14 און אויבּ רבי מֵלך המָשיחַ איז נישט אויפגעשטאַנען, יעמאָלט איז אוּנדזער דַרשענען פּוסט, און אייער אֶמוּנה איז אויך אוּמזיסט. 15 און אויך מיר זענען עֵדֵי שקר פוּן ה', ווייל מיר האָבּן עֵדות געזאָגט קעגן ה', אַז ער האָט אויפגעוועקט רבי מֵלך המָשיחַ, וועמען ער האָט נישט אויפגעוועקט, אויבּ ס'איז אֶמת, אַז די מֵתִים וועלן נישט אויפשטיין [זען דניאל 12:2]. 16 וואָרעם אויבּ די מֵתִים ווערן נישט אויפשטיין, איז רבי מֵלך המָשיחַ נישט אויפגעשטאַנען; 17 און אויבּ רבי מֵלך המָשיחַ איז נישט אויפגעשטאַנען, איז אייער אֶמוּנה אוּמזיסט, און איר זענט נאָך אין אייערע עבירות [זען קורא 15:3]. 18 אין דעם פאַל זענען אַפילו די איינגעשלאָפענע אין דעם משיח פאַרלוירן געוואָרן. 19 אויבּ מיר האָבּן געהאנגען אונדזער תִּקְוָה אויף מָשיחַ בּלויז אויף דעם דאָזיקן לעבּן [און נישטאָ קיין תּהִיַת-הַמֵתים], זענען מיר די עלנטסטע פון אלע בני אדם. 20 איצט אָבּער איז רבי מֵלך המָשיחַ יאָ אויפגעשטאַנען פוּן די מֵתִים, דער בכורי כל ישני עפר. 21 וואָרעם ווי דער טויט איז געקומען דורך אַ מענטשן, אַזוי איז אויך תחית המתים דוּרך אַן אָדָם. 22 וואָרעם ווי אין אָדָם (הראשון) שטאַרבּן אלע, אַזוי אויך אין מָשיחַ וועלן אַלע לעבּעדיק געמאַכט ווערן. 23 נאָר יעדער איינער אין זיין אייגענעם סֵדר : קוֹדם-כָּל מָשיחַ, דער רֵאשִית הַבִּכּוּרִים; דאַן די, וואָס געהערן משיחן, בּיי זיין קוּמען. 24 דאַן קוּמט דער קֵץ, ווען ער וועט איבּערענטפערן דאָס מַלכות צוּ ה', אלוקים הָאָב, אַזוי ווי ער וועט האָבּן אָפּגעשאַפט יעדע מֶמשָלה און יעדע הערשאפט און מאַכט. 25 וואָרעם ער מוּז קעניגן, בּיז ער וועט האָבּן געלייגט אלע זיינע פיינט אוּנטער זיינע רגלים [זען תהלים 110:1]. 26 דעם אוֹיֵב הָאַחֲרוֹן אפּגעשאַפט צו ווערן, איז דער מָוֶת. 27 וואָרעם אַלץ האָט ער געלייגט אוּנטער זיינע רגלים. און ווען ער זאָגט : אַז אַלץ איז געלייגט, איז קלאָר, אָז עס איז מיט דעם אויסנאַם פון אים, וועלכער האָט אַלץ געלייגט אוּנטער אים. 28 און ווען אַלץ וועט זיין געלייגט אוּנטער אים, יעמאָלט וועט אויך דער זוּן [דער זוּן פוּן דער אויבּערשטער] אַליין זיך אוּנטערטעניקן צו אים, וואָס האָט אלץ געלייגט אוּנטער אים, כּדי ה' זאָל זיין אַלץ אין אַלעם. 29 אויבּ נישט, וואָס זאָלן טאָן די, וואָס ווערן מקוה מים געטוֹבלט פוּנוועגן די טויטע? אויבּ די טויטע וועלן בִּכלַל נישט אויפשטיין, צוּ וואָס זאָל מען זיך נאָך מקוה מים טוֹבלען צוליב זיי [ווי איר זאָגן]? 30 פאַרוואָס שטעלן מיר זיך אויך אין סַכָּנה יעדע שָעה? 31 איך שטאַרבּ טאָג טעגלעך, איך שווער עס בּיי די כבוד איך האָבּן אין אייך, אחים במשיח, וואָס איך האָבּ אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע אֲדוֹנֵנוּ. 32 אויבּ איך האָבּ געקעמפט מיט ווילדע חַיות אין אֶפֶסוֹס לויט דעם שטייגער פוּן בני אדם, וואָסער נוּצן האָבּ איך דערפוּן? אויבּ די מֵתים שטיין נישט אוֹיף, לאָמיר עסן און טרינקען, מחמת מָחָר שטאַרבּן מיר [ישעיהו 22:13]. 33 בּאַטריגט זיך נישט אַליין; חַברוּתא מיט אנשים רעים פאַרדאַרבּן מִדּוֹת טוֹבוֹת. 34 ווערט ניכטערן, ווי עס געהער צוּ זיין, און זינדיקט נישט; וואָרעם טייל צווישן אייך האָבּן נישט קיין דַּעַת פוּן ה'. צוּ אייער חרפּה זאָג איך עס. 35 נאָר עמיצער וועט זאָגן : וויאַזוי וועלן די טויטע אויפשטיין? און מיט וואָסער מִין גּוּף קוּמען זיי? 36 דוּ גולם! דאָס, וואָס דוּ אַליין זייֵסט, ווערט נישט לעבּעדיק, אחוץ סע שטאַרבּט. 37 און דאָס, וואָס דוּ זייֵסט, זייֵסטוּ נישט דעם גּוּף, וואָס וועט זיין, נאָר בּלויז אַ קערנדל, פילייכט פון חִטָּה, אָדער פוּן עפּעס אַן אַנדער מִין. 38 ה' אָבּער גיט אים אַ גוּף, ווי ער וויל, און יעדן איינעם זאָמען זיין אייגענעם קערפּער. 39 נישט יעדעס פלייש איז איין און דאָס זעלבּיקע פלייש; נאָר אַנדערש איז דאָס פלייש פוּן מענטשן, און אַנדערש דאָס פלייש פוּן בּהֵמות, און אַנדערש דאָס פלייש פוּן פייגל, און אַנדערש פוּן פיש. 40 און עס זענען פאַראַן גופים הימלישע און גופים ערדישע; אָבּער די כבוד פוּן די הימלישע איז איינס, און די כבוד פוּן די ערדישע איז אַן אַנדערע. 41 עס איז פאַראַן אַ כבוד פוּן דער שֶמֶש, און אַן אַנדער כבוד פוּן דער לבָנה, און אַן אַנדער כבוד פוּן די כּוֹכָבִים; וואָרעם איין כּוֹכָב אוּנטערשיידט זיך פוּן אַן אַנדער כּוֹכָב אין כבוד. 42 אַזוי איז אויך מיט תּחִיַת-הַמֵתים. עס ווערט געזייֵט אין פאַרדאַרבּלעכקייט, עס שטייט אויף אין אוּמפאַרדאַרבּלעכקייט; 43 עס ווערט געזייֵט אין אוּמכָּבוד, עס שטייט אויף אין הערלעכקייט; עס ווערט געזייֵט אין שוואַכקייט, עס שטייט אויף אין גבורה; 44 עס ווערט געזייֵט אַ נאַטירלעכער גּוּף, עס שטייט אויף אַ רוחניותדיקער גּוּף. אויבּ עס איז פאַראַן אַ נאַטירלעכער גּוּף, איז אויך פאַראַן אַ רוחניותדיקער גּוּף. 45 און אָט אַזוי שטייט אויך געשריבּן : וַיְהִי הָאָדָם לְנֶפֶש חַיָּה [זען בראשית 2:7], דער אָדָם-הָרִאשוֹן, איז געוואָרן אַ לעבּעדיקע נשָמה, דער אָדָם הָאַחֲרוֹן [משיח] איז געוואָרן אַ גייסט, וואָס גיט חַיים. 46 אָבּער דער ערשטער איז נישט רוחניותדיקער, נייערט דאָס, וואָס איז נאַטירלעך, און דערנאָך דער רוחניותדיקער. 47 דער אָדָם-הָרִאשוֹן איז פוּן דער ערד, ערדיש; דער אָדָם הַשֵּנִי [בַר אֱנָש, דניאל 7:13] איז פוּן הימל. 48 ווי עס איז דער ערדישער, אַזוי זענען אויך די, וואָס זענען ערדיש; און ווי עס איז דער הימלישער, אַזוי זענען אויך די, וואָס זענען הימליש. 49 און ווי מיר האָבּן געטראָגן דאָס בּילד פוּן דעם ערדישן, אַזוי וועלן מיר אויך טראָגן דאָס בּילד פוּן דעם הימלישן. 50 און דאָס זאָג איך, אחים במשיח, אַז בָּשׂר-ודם קען נישט יַרשענען דאָס מַלכות ה'; אויך ירשענט פאַרדאַרבלעכקייט נישט אוּמפאַרדאַרבּלעכקייט. 51 הנה, איך בּין אייך מגַלה אַ סוֹד : מיר אלע וועלן נישט אַנטשלאָפן ווערן, נייערט מיר וועלן אלע פאַרענדערט ווערן, 52 אין אַ רֶגע, אין אַן אויגנבּליק, בּיים לעצטן שוֹפר-בּלאָז; וואָרעם דער שוֹפר יִתָּקַע, און די מתים וועלן אויפשטיין אוּמפאַרדאַרבּלעך, און מיר וועלן פאַרענדערט ווערן. 53 וואָרעם דאָס דאָזיקע פאַרדאַרבּלעכע מוּז זיך אָנטאָן אוּמפאַרדאַרבּלעכקייט, און דאָס דאָזיקע שטאַרבּלעכע מוּז זיך אָנטאָן אין אוּמשטאַרבּלעכקייט. 54 ווען אָבּער דאָס דאָזיקע פאַרדאַרבּלעכע וועט זיך האָבּן אָנגעטאָן אין אוּמפאַרדאַרבּלעכקייט, און דאָס דאָזיקע שטאַרבּלעכע וועט זיך האָבּן אָנגעטאָן אין אוּמשטאַרבּלעכקייט, יעמאָלט וועט מקוּים ווערן דאָס דָּבָר, וואָס סע שטייט געשריבּן : בּלַּע הַמָּוֶת לָנֶצַח [זען ישעיהו 25:8]! 55 אָ מָוֶת, וואוּ איז דיין נצָחון? אָ מָוֶת, וואוּ איז דיין שטאָך [זען הוֹשע 13:14]? 56 דער גיפטיקער בּיס פוּן מָוֶת איז זינד, 57 און דער כּוֹח פוּן זינד איז די חֻקַּת הַתּוֹרה [זען רומ' 4:15; 5:12; דברים 27:26]. אָבּער בָּרוּך ה', וואָס גיט אוּנדז דעם נצָחון דוּרך אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 58 על-כּן, מיינע בּאליבּטע אחים במשיח, זייט פעסט, אוּמבּאַוועגלעך, און מערט אייך תָּמיד אין דער עֲבוֹדָה פון הָאָדוֹן, ווייל איר ווייסט, אַז אייער עָמָל איז נישט אוּמזיסט אין הָאָדוֹן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Corinthians 14
Top of Page
Top of Page