1 Corinthians 16
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
קורא

קורא16

טז און בּנוֹגֵע דער געלטזאַמלונג פאַר די קדוֹשִים [אין ירושלים], ווי איך האָבּ בּאַפוילן די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות פוּן גָּלַטְיָה, אַזוי זאָלט איר אויך טאָן. 2 מִדֵּי רִאשוֹן בַּשָבוּעַ זאָל יעדער איינער פוּן אייך אַוועקלייגן, לויט זיין מעגלעכקייט, כּדי קיין שוּם זאַמלוּנגען זאָלן נישט געמאַכט ווערן ווען איך קוּם. 3 און ווען איך וועל אָנקוּמען, וועל איך שיקן מיט בּריוו די דאָזיקע, וועלכע איר וועט האַלטן פאַר ראוי אַוועקצוּטראָגן אייער נדָבָה קיין ירוּשָלַיִם. 4 און אויבּ סע וועט זיין ווערט אויך צוּ גיין, וועלן זיי גיין מיט מיר. 5 און איך וועל קוּמען צוּ אייך, ווען איך וועל האָבּן דוּרכגעגאַנגען דוּרך מָקֵדוֹנְיָה. וואָרעם איך גיי דוּרך מָקֵדוֹנְיָה; 6 בּיי אייך אָבּער וועל איך אפשר פאַרבּלייַבּן, אָדער אַפילו ווינטערן, כּדי איר זאָלט מיך בּאַגלייטן אויף מיין נסִיעה, וואו איך זאָל נאָר גיין, 7 וואָרעם איך וויל אייך איצט נישט זעען אויף דער דורכרייזע; ווייל איך פאַרהאָף צו בּלייבּן בּיי אייך אַ געוויסע צייט, אִם יִרצה ה'. 8 איך וועל אָבּער פאַרבּלייַבּן אין אֶפֶסוֹס בּיז שבוּעוֹת; 9 וואָרעם אַ גרויסע פֶּתַח פון טעטיקייט איז מיר געעפנט געוואָרן, און עס זענען דאָ אַ סך קעגנער. 10 און אויבּ טִימוֹתֵיאוֹס וועט קוּמען, זעט, אַז ער זאָל זיין בּיי אייך אָן מורא; ווייל ער טוּט די עבודת קודש פוּן ה', ווי איך אליין. 11 זאָל אים דעריבּער קיינער נישט מבַזה זיין, נייערט איר זאָלט אים אַוועקשיקן בּשלום, כּדי ער זאָל צוּ מיר קוּמען, וואָרעם איך וואָרט אויף אים מיט די אַחִים במשיח. 12 און בּנוֹגֵע אָחִינוּ במשיח אַפּוֹלוֹס, האָבּ איך אים זער פיל געבּעטן צוּ קוּמען צוּ אייך מיט די אחים במשיח; און ער האָט בִּכלַל איצט נישט געוואָלט קוּמען; אָבּער ער וועט קוּמען ווען ער וועט האָבּן אַ געלעגנהייטלעכע צייט. 13 וואַכט, שטייט פעסט אין דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, חִזְקוּ וְאִמְצוּ! 14 זאָל אלע, וואָס איר טוּט, געטאָן ווערן אין אַהֲבָה. 15 און איך בּעט אייך, אַחִים במשיח, איר קענט דאָס מִשְפַּחַת סְטֶפָנַס, אַז ס'איז געווען די רִאשוֹנֵי המאמינים פוּן אַכָיָה, און אַז זיי האָבּן זיך געווידמעט צוּ דער עבודה לטובת די קדוֹשִים, 16 אַז אויך איר זאָלט זיך אוּנטערטעניקן צוּ אַזעלכע, און צוּ יעדן איינעם, וואָס אַרבּעט מיט און בּאַמיט זיך. 17 און איך פריי מיך אויף דעם אָנקוּמען פוּן סְטֶפָנַסן און פוֹרְטוּנָטוֹס און אֲכַקוֹסן, ווייל וואָס עס פעלט מיר פוּן אייער צַד, האָבּן זיי ממַלא געווען. 18 וואָרעם זיי האָבּן דערקוויקט מיין גייסט און אייערן. דעריבּער זאָלט איר אָפּגעבּן אָנערקענוּנג צוּ אַזעלכע מענטשן. 19 די בְּרִית חֲדָשָה קהִילות פוּן אַסְיָה קליין געבּן אייך אָפּ שלום. בִּרְכַּת שָלום אין הָאָדוֹן צו אייך פון עַקִילַס און פּריסקילה, און אויך די משיחס ברית חדשה קהִלָּה, וואָס איז אין זייער בֵּית. 20 בִּרְכַּת שלום צו אייך פון כל אַחִים במשיח. דרישת שלום איינער דעם אַנדערן מיט אַ נשיקה קדושה. 21 פוּן מיר, רַב שָאוּל, שלום מיט מיין אייגענער האַנט. 22 אויבּ עמיצער ליבט נישט הָאָדוֹן, זאָל ער זיין אין חֵרֶם. מָרַן אֲתָא ! 23 דער חֶסֶד פוּן הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע זאָל זיין מיט אייך. 24 מיין אַהֲבָה זאָל זיין מיט אייך אַלעמען אין רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. אָמֵן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
1 Corinthians 15
Top of Page
Top of Page