Orthodox Hasidic Yiddish Bible קורב קורב1 א רַב שָאוּל, אַ שלִיח פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע דוּרך דעם רָצון ה', און טִימוֹתֵיאוֹס, דער אָח במשיח, צוּ משיחס ברית חדשה קהִלָּה פון ה', וועלכע איז אין קוֹרִינְתּוֹס, צוזאַמען מיט אלע הקדוֹשִים, וואָס זענען אין גאַנץ אָכָיָה [גריכנלאַנד]: 2 חֶסֶד צוּ אייך און שָלום פוּן ה', אלוקים אָבִינוּ, און הָאָדוֹן רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע. 3 בָּרוּךְ האלוקים און אָב פוּן אֲדוֹנֵנוּ רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע: דער אָב הרחמים און אלוקים פוּן יעדער נחָמה; 4 וועלכער טרייסט אוּנדז אין אלע אוּנדזערע צָרות, כּדי מיר זאָלן קענען טרייסטן די, וואָס זענען אין עפּעס אַ צָרה, מיט דער טרייסט, מיט וועלכער מיר אַליין ווערן געטרייסט פוּן ה'. 5 ווייל ווי די יסוּרים פוּן מָשִיחַן פאַרמערן זיך אויף אוּנדז, אַזוי אויך טוּט זיך פאַרמערן אוּנדזער נחמה דוּרך מָשִיחן. 6 און ליידן מיר צָרות, איז עס פאַר אייער טרייסט און ישוּעת [אלוקינו]; און ווערן מיר געטרייסט, איז עס פאַר אייער טרייסט, וואָס בּאַווייזט זיך ווירקזאַם אין דערטראָגן סבלנותדיק די זעלבּיקע יסוּרים, וואָס מיר אליין ליידן אויך. 7 און אוּנדזער תִּקְוָה פוּנוועגן אייך שטייט פעסט, ווייל מיר ווייסן, אַז ווי איר זענט אָנטיילנעמער אין די ליידן, אַזוי וועט איר אויך זיין אָנטיילנעמער אין דער נחמה. 8 וואָרעם מיר ווילן נישט, אַז איר זאָלט נישט וויסן, אחים במשיח, פוּנוועגן דער צָרה, וואָס איז אוּנדז בּאַפאַלן אין אַסְיָה קליין [זען מהש 19:23], אַז זער פיל איבּער אוּנדזערע כּוֹחות זענען מיר געדריקט געוואָרן, אַזוי אַז מיר האָבּן זיך אַפילו מיַאש געווען פוּן דעם לעבּן. 9 כֵּן, מיר אַליין האָבּן גענוּמען אויף זיך דעם פּסַק דִּין מָוֶת, כּדי מיר זאָלן נישט האָבּן קיין בּטחון אויף זיך אַליין, נייערט אויף ה', וועלכער איז מחַיֵה-מֵתים; 10 וועלכער האָט אוּנדז מַציל געווען פוּן אַזאַ גרויסן מָוֶת, און וועט אוּנדז מַציל זיין; אין וועמען מיר האָפן, אַז אויך ער וועט אוּנדז ווייטער מַציל זיין. 11 בּשעת אויך איר העלפן אונדז דוּרך אייער דאַווענענדיק תפילות פאר אונדז. אַזוי אַ סך תפילות פאר אונדז וועט זיין געענטפערט און פאר דער מתנה פון געענטפערט תפילה זאָלן אַ סך אָפּגעבּן אַ שבח פאַר אוּנדזערטוועגן .12 מחמת דאָס איז אוּנדזער רימען : דאָס עדות-זאָגן פוּן אוּנדזער מצפּוּן, אַז מיר האָבּן זיך געפירט אין דער עולם הזה אין קדוּשה און יושֶר פאַר ה', נישט אין פליישלעכער חָכמה, נייערט אין דעם חֶסֶד פוּן ה', און דער עיקר בּיי אייך. 13 מחמת מיר שרייבּן אייך נישט עפּעס פון שוועריקייט, נאָר ווי איר לייענט אָדער פאַרשטייט; און איך בּין בּטוח, אַז איר וועט עס פאַרשטיין בּיז צוּם סוֹף; 14 אַזוֹיווי איר האָט אוּנדז שוין טיילווייַז פאַרשטאַנען, אַז מיר זענען אייער רוּם, ווי איר זענט אויך אוּנדזערער, אין דעם יוֹם פוּן אֲדוֹנֵנוּ יהושע/ישוע. 15 און אין דער תִּקְוָה האָבּ איך בּדֵעה געהאַט צוּ קוּמען קוֹדם צוּ אייך, כּדי איר זאָלט האָבּן אַ צווייפאַכן חסד, 16 און דוּרכצוּגיין דוּרך אייך קיין מָקֵדוֹנְיָה, און פוּן מָקֵדוֹנְיָה ווידער אַמאָל צוּ קוּמען צוּ אייך, און פוּן אייך צוּ ווערן געשיקט אויף מיין דֶּרֶךְ קיין אֶרֶץ יהוּדה [זען מהש 25-21:20 און צוריקקומען צו ארץ יהודה און ארטאדאקסיש יידיש אמונה]. 17 און וועלנדיק דאס דאָזיקע, האָבּ איך דען אַרויסגעוויזן לייַכטזיניקייט? אָדער די זאַכן, וועלכע איך פּלאַן, טוּ איך פּלאַנען לויט דעם פלייש [זען רומ' 7:18], כּדי בּיי מיר זאָל זיין דער כֵּן, כֵּן און אין דער זעלבּיקער צייט דאָס לֹא, לֹא? 18 נאָר ווי ה' איז נֶאֱמָן, אוּנדזער דָּבָר צוּ אייך איז נישט כֵּן און לֹא. 19 וואָרעם דער זוּן פון דער אויבּערשטער רֶבּי מלך המָשיחַ יהושע/ישוע, וואָס איז צווישן אייך געדרשנט געוואָרן דוּרך אוּנדז, דוּרך מיר און סִילְוָנוֹסן און טִימוֹתֵיאוֹס [זען מהש 18:5], איז נישט געווען כֵּן און לֹא, נייערט אין אים איז תָּמיד כֵּן. 20 וואָרעם אלע הַבטָחות פוּן ה' זענען אין אים כֵּן; דערפאר איז אויך דוּרך אים דער אָמֵן, צוּ דעם כָּבוד פוּן ה' דוּרך אוּנדז. 21 און דער, וועלכער האַט אוּנדז מיט אייך געגרינדעט אין מָשיחַ, און האָט אוּנדז געזאַלבּט מיט המשיחה, איז ה'. 22 וועלכער האָט אוּנדז אויך געחַתמעט [מיט חותם פון פארמאָגערשאפט], און אוּנדז געגעבּן די עֶרְבוֹן [זען בראשית 38:17] פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש אין אוּנדזערע לְבָבוֹת. 23 און איך רוּף ה' אלס עֵדות אויף מיין נשמה, אַז כדי אייך צו שוינען בּין איך נאָך נישט געקוּמען קיין קוֹרִינְתּוֹס. 24 נישט אַז מיר הערשן איבּער אייער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה, נאָר מיר זענען מיטהעלפערס פוּן אייער שִׂמְחָה, וואָרעם איר שטייט פעסט אין דער [ארטאדאקסיש יידיש] אֶמוּנה. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |