Orthodox Hasidic Yiddish Bible קורב2 ב און איך האָבּ בּיי מיר אַליין געטראַכט, אַז איך וועל ווידער נישט קוּמען צוּ אייך מיט עַצבות. 2 וואָרעם אויבּ איך מאַך אייך טרויעריק, ווער זשע איז עס, וואָס איז מיך משמח, אויבּ נישט דער, וועלכער איז טרויעריק מיט עָגְמַת נֶפֶש איבּער מיר? 3 און אָט דאָס האָבּ איך געשריבּן, כּדי ווען איך וועל קוּמען, זאָל איך נישט האָבּן קיין טרויער פוּן די, וואָס איך דאַרף זיך פרייער, ווייל איך בּין זיכער אין אייך אלע, אַז מיין שִׂמְחָה איז די שִׂמְחָה פוּן אייך אלע. 4 וואָרעם פוּן אַ סך צָרות און האַרץ-קלעמעניש האָבּ איך אייך געשריבּן מיט אַ סך טרערן, נישט כדי אייך מצַער צו זיין, נייערט כּדי איר זאָלט דערקענען די אַהֲבָה, וואָס איך האָבּ אין אַ שפעדיקער מאָס לגבּי אייך. 5 נאָר אויבּ עמיצער האָט פארשאַפט צַער, האָט ער נישט מיר פארשאַפט צַער, נאָר טיילווייַז אייך אלע - כּדי איך זאָל אים נישט צוּ שווער בּאַלאַסטן. 6 פאַר אַזעלכן איז גענוג די שטראָף, וואָס ער האָט בּאַקומען פון דער מערנייט; 7 אַזוי, אַז להיפּך איר זאָלט אים ליבּער מוֹחל זיין און טרייסטן, כּדי דער זעלבּיקער זאָל נישט פאַרזינקען אין איבּערמאָסיקן צַער. 8 על-כּן, בּעט איך אייך, אַז איר זאָלט בּאַשטעטיקן אים ארויסצואווייזן ליבּע. 9 וואָרעם פאר דעם דאָזיקן צוועק האָבּ איך געשריבּן, כּדי איך זאָל וויסן אייער אויספּרואוואונג, צי איר זענט געהאָרכזאַם אין אַלעם. 10 און וועמען איר זענט מוֹחל, בּין איך אויך מוֹחל; וואָרעם וואָס איך האָבּ אויך מוֹחל געווען, אויבּ איך עס מוֹחל געווען צוליבּ אייך פאַר רבּי מלך המשיח, 11 כדי מיר זאָלן נישט בּאַטריגט ווערן פון הָשָׂטן, וואָרעם זיינע איינפאַלן זענען אוּנדז נישט אומבּאַקאַנט. 12 און ווען איך בּין געקוּמען קיין טרוֹאַס פאַר דער בּשׂוּרת הגאוּלָה פוּן רֶבּי מלך המָשיחַ, און אַ פֶּתַח איז פאַר מיר געעפנט געוואָרן אין הָאָדוֹן, 13 האָבּ איך נישט געהאַט קיין מנוּחה אין מיין רוּח, ווייל איך האָבּ נישט געפוּנען טיטוּסן [זען קור'ב 16-7:5], מיין אָח במשיח; און ווען איך האָבּ מיך געזעגנט מיט זיי און בּין אַוועק קיין מָקֵדוֹנְיָה. 14 אָבּער בּרוּך ה', וועלכער גיט אוּנדז תָּמיד דעם נצָחון אין מָשיחַ, און אַנטפּלעקט דוּרך אוּנדז אומעטום דעם רֵיחַ ניחוֹחַ פוּן דַּעַת אלוקים. 15 ווייל מיר זענען אַ רֵיחַ נִחוֹחַ פוּן מָשיחַ פאַר ה', צווישן די, וואָס ווערן געראַטעוועט [פון זַעַם ה'], און צווישן די, וואָס ווערן פאַרלוירן; 16 צו די טאַקע א רֵיחַ מָוֶת צוּם מָוֶת; פאַר די אַנדערע א רֵיחַ חַיים צוּם חַיים, און ווער איז רָאוּי פאַר די דאָזיקע זאַכן? 17 וואָרעם מיר זענען נישט ווי דער רַבּים, וואָס מאַכן שאַכער-מאַכער מיט דָּבָר ה'; נייערט ווי פון אַ יושר לֵב, נאָר ווי פון ה' פאַר ה' רעדן מיר אין רֶבּי מלך המָשיחַ. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |