Orthodox Hasidic Yiddish Bible קורב3 ג צי הויבּן מיר שוין ווידער אָן זיך אליין צו רעקאָמענדירן? אָדער נויטיקן מיר זיך, ווי אייניקע אנדערע, אין רעקאָמענדירונגס-בּריוו צוּ אייך, אָדער פוּן אייך? 2 איר זענט אוּנדזער בּריוו, פאַרשריבּן אין אוּנדזערע לְבָבוֹת, בּאַקענט און געלייענט פוּן אַלע בני אדם; 3 ווייל עס איז קלאָר צוּ זען, אַז איר זענט אַן אגרת [הקודש] פוּן מָשיחַ, אַ אגרת [הקודש] דורך אוּנדז בּאַזאָרגט, געשריבּן נישט מיט טינט, נאָר מיט דעם רוּחַ הַקוֹדֶש פוּן דעם אלוקים חיים; נישט אין לוּחות פוּן שטיין, נייערט אין לוּחות, וואָס זענען לְבָבוֹת פוּן פלייש. 4 און אַזאַ בּטָחון האָבּן מיר דוּרך מָשיחַ צוּ ה'; 5 נישט מחמת מיר זענען פֿעיִק פוּן זיך אַליין צוּ בּאַטראַכטן עפּעס פוּן אוּנדז אַליין, נייערט אוּנדזער פֿעיִקייט איז פוּן ה', 6 וועלכער האָט אוּנדז אויך פעאיק געמאַכט צו זיין כְּלֵי קֹדֶש משָרתים פוּן דעם ברית-חדשה [זען ירמיהו (34-31)33-31:30], נישט בכל חומר הדין, נייערט פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש; וואָרעם דאָס חֹמר הַדִּין טייט [זען דברים 27:26; רומ' 2:29; 7:6], אָבּער דער רוּחַ הַקוֹדֶש מאַכט לעבּעדיק [זען רומ' 8:13]. 7 נאָר אויבּ הַכְּהֻנָּה אשר הביאה מָוֶת [זען עונש מות פון עשרת הדברות, שמות 21-20:1; דברים 21-5:6 ; שמות 32:28; ויקרא 16-24:10; דברים 21-21:18; במדבר 36-15:32; בראשית 9:6; דברים 22-22:13; ויקרא 20:13; דברים 24-22:23; ויקרא 20:10; יהושוע 26-7:1; במדבר 13:1; 37-14:36; במדבר 33-16:1], מיט אותיות אויסגעקריצט אויף שטיינער, איז געווען מיט הערלעכקייט, אַזוי, אַז די בּנֵי-יִשׂרָאל האָבּן נישט געקענט קוּקן אויף פָּנים פון מֹשה צוליבּ פְּני משה כּי קָרַן [זען שמות 34:35], וואָס זיין הערלעכקייט איז געווען א צייטווייליקע, 8 וויפל מער דאַרף שוין זיין די כבוד פוּן הַכְּהֻנָּה פוּן דעם רוּחַ הַקוֹדֶש? 9 מחמת אויבּ הַכְּהֻנָּה פוּן פאַרמִשפּטוּנג [זען רומ' 8:1] האָט געהאַט כבוד, וויפל מער שטייגט איבּער אין כבוד הַכְּהֻנָּה פוּן גערעכטיקייט [זען תהלים 110:4, זען דברי הימים א 21:17; ישעיהו 53:11; דניאל 9:24]. 10 וואָרעם דאָס, וואָס איז געמאַכט געוואָרן הערלעך, איז געמינערט געוואָרן אין כבוד, צוּליבּ דער כבוד, וואָס שטייגט זי אַריבּער. 11 ווייל אויבּ דאָס, וואָס פאַרגייט, איז געווען מיט כבוד, וויפל מער איז אין כבוד דאָס, וואָס פארבּלייַבּט. 12 דערפאר, ווייל מיר האָבּן אַזאַ תִּקְוָה, רעדן מיר מיט אַזאַ מוּטיקייט, 13 און נישט ווי מֹשה [רבינו], וואָס האָט אַרויפגעטאָן אַ מַסוֶה אויף זיין פָּנים, כדי די בּנֵי-יִשׂרָאל זאָלן נישט קענען קוּקן גלייך אויף דעם סוֹף פוּן דעם, וואָס האָט דאָך געזאָלט אויפהערן. 14 זייערע מַחשָבות זענען פאַרהאַטעוועט געוואָרן; מחמת בּיז אויף דעם היינטיקן טאָג איז די זעלבּע מַסוֶה פאַרבּלייבּן בּיים לייענען דעם קריאת ספר תּוֹרה, ווייל זי ווערט אַוועקגענוּמען נאָר אין מָשיחַ. 15 כֵּן, בּיז אויף היינטיקן טאָג, ווען סע ווערט געלייענט תּוֹרַת-מֹשה, ליגט אַ מַסוֶה אויף זייער לֵב. 16 אָבּער ווען עַם, דאָס יידישע עַם, וועלן זיך אוּמקערן צוּ הָאָדוֹן, וועט דער מַסוֶה אַוועקגענוּמען ווערן. 17 און הָאָדוֹן איז הָרוּחַ; און וואוּ סע איז דער רוּחַ הָאָדוֹן, דאָרט איז הַחֵרוּת. 18 און מיר אלע, אָפּשפּיגלענדיק מיט אַן אָפּגעדעקט פָּנים די הערלעכקייט פון הָאָדוֹן, ווערן אומגעוואַנדלט אין דער זעלבּער ענלעכקייט פוּן כבוד צוּ כבוד, כְּמוֹ מִיַּד הָאָדוֹן -- הָרוּחַ [ישעיהו 2-61:1]. THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE Copyright © 2015-2016 by Artists for Israel International. All rights reserved OrthodoxJewishBible.org Used by permission. Bible Hub |