Revelation 9
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'9

ט און דער 5ער מַלאך האָט געבּלאָזן: און איך האָבּ געזען פאַלן אַ כּוֹכב פוּן הימל צוּ דער ערד; און עס איז אים געגעבּן געוואָרן דער מַפְתֵּחַ פוּן דער שאַכטע פוּן דעם תּהוֹם. 2 און ער האָט געעפנט די שאַכטע פוּן דעם תּהוֹם: און עס איז אַרויפגעגאַנגען אַ רויך פוּן דער שאַכטע, ווי דער רויך פוּן אַ גרויסן אוֹיוון; און די שֶמֶש און די לוּפט זענען פאַרפינצטערט געוואָרן דוּרך דעם רויך פוּן דער שאַכטע. 3 און פוּן דעם רויך זענען אַרויסגעקוּמען הייֵשעריקן אויף דער ערד, און זיי איז געגעבּן געוואָרן כֹּחַ, ווי סע האָבּן כֹּחַ די עקדישן פוּן דער ערד. 4 און עס איז זיי אָנגעזאַגט געוואָרן, אַז זיי זאָלן נישט שעדיקן דאָס גראָז פוּן דער ערד, אויך נישט קיין שוּם גרינס, אויך נישט קיין שוּם עֵץ, נייערט נאָר אַזוינע בני אדם, וואָס האָבּן נישט דעם חוֹתם פוּן ה' אויף זייערע שטערנס. 5 און עס איז זיי געגעבּן געוואָרן, אַז זיי זאַלן זיי נישט טייטן, נייערט אַז זיי זאַלן געפּייניקט ווערן 5 חַדָשים; און זייער פּייניקוּנג איז געווען ווי די פּייניקוּנג פוּן אַן עקדיש, ווען ער שטעכט אַ מענטשן. 6 און אין יענע טעג וועלן די בני אדם זוּכן דעם מָוֶת, און וועלן אים בּאֵין-אוֹפן נישט געפינען; און זיי וועלן פאַגערן צוּ שטאַרבּן, און דער מָוֶת וועט פוּן זיי אַנטרינען. 7 און דאָס אויסזען פוּן די הייֵשעריקן איז געווען ענלעך צוּ פערד אָנגעבּרייט צוּ מִלחָמה; און אויף זייערע קעפּ, ווי סע וואָלטן געווען עַטְרוֹת ענלעך צוּ זָהָב, און זייערע פֶּנימער זענען געווען ווי פֶּנימער פוּן בני אדם. 8 און זיי האָבּן געהאַט האָר ווי די האָר פוּן ֹֹנָשים, און זייערע ציין זענען געווען ווי די ציין פוּן אַרְיֵה. 9 און זיי האָבּן געהאַט שְרְיוֹן בַּרְזֶל ווי דאָס וואָלטן געווען שְרְיוֹן בַּרְזֶל פוּן אייזן, און דער רויש פוּן זייערע פליגל איז געווען ווי דער רויש פוּן רייַטוועגן מיט אַ סַך פערד, וואָס יאָגן אין מִלחָמה. 10 און זיי האָבּן וויידלען ענלעך צוּ עקדעשן, און שטעכערס; און אין זייערע וויידלען איז זייער כֹּחַ צוּ שעדיקן בני אדם 5 חַדָשים. 11 זיי האָבּן געהאַט איבּער זיך פאַר אַ מֵלך דעם מַלאך פוּן דעם תּהוֹם; זיין נאָמען אויף לָשון-קוֹדֶש איז אַבַדוֹן, און אין דעם גריכישן לָשון האָט ער געהאַט דעם נאַמען אַפּוֹלְיוֹן. 12 דער 1ער ווייטיק איז אַריבּער; זע, סע קוּמען נאָך 2 ווייטיקן נאָכדעם. 13 און דער 6ער מַלאך האָט געבּלאָזן, און איך האָבּ געהערט אַ קוֹל פוּן צווישן די 4 הערנער פוּן דעם מִזבֵּחַ פון זָהָב, וואָס איז פאַר ה', 14 זאָגן צוּ דעם 6ער מַלאך, וואָס האָט געהאַט דעם שוֹפר: בּינד אויף די 4 מַלאָכים, וואָס זענען געבּוּנדן בּיי דעם גרויסן טייך פּרָת. 15 און די 4 מַלאָכים זענען אויפגעבּוּנדן געוואָרן, וואָס זענען אָנגעבּרייט געוואָרן אויף דער שָעה און יוֹם און חוֹדש און יאָר, כּדי זיי זאָלן טייטן דעם 1/3 בני אדם. 16 און די צאָל פוּן די צבאות הפּרשים איז געווען 200,000,000; איך האָבּ געהערט זייער צָל. 17 און אַזוי האָבּ איך געזען די פערד אין דער חָזוֹן, און די, וואָס זענען אויף זיי געזעסן: זיי האָבּן געהאַט שְרְיוֹן בַּרְזֶל ווי פוּן אֵש און פוּן תּכֵלֶת און פוּן שוועבּל: און די קעפּ פוּן די פערד זענען ווי די קעפּ פוּן אַרְיֵה, און פוּן זייערע מיילער גייט אַרויס אֵש און רויך און שוועבּל. 18 דוּרך די דאָזיקע 3 מַכּות איז 1/3 בּני אדם געטייט געוואָרן, דוּרך דעם אֵש און דעם רויך און דעם שוועבּל, וואָס זענען אַרויסגעקוּמען פּן זייערע מיילער. 19 מחמת דער כּוֹח פוּן די פערד איז אין זייער מויל און אין זייערע וויידל; מחמת זייערע וויידל זענען ענלעך צוּ שלאַנגען, און האָבּן קעפּ, און מיט זיי בּאַשעדיקן זיי. 20 און די איבּעריקע בני אדם, וואָס זענען נישט געטייט געוואָרן דוּרך די דאָזיקע מַכּות, האָבּן נישט קיין תּשוּבה געטאָן אויף די מַעשׂים פוּן זייערע הענט, אַז זיי זאָלן זיך נישט בּוּקן צוּ שֵדִים און צוּ אֱלִילִים פוּן זָהָב, און פוּן זילבּער, און פוּן קוּפּער, און פוּן שטיין, און פוּן האָלץ, וואָס קענען נישט זען, נישט הערן, נישט גיין; 21 און זיי האָבּן נישט קיין תּשוּבה געטאָן אויף זייערע רצִחות, נישט אויף זייער כשופים, נישט אויף זייער זנוּת, נישט אויף זייערע גנבות.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 8
Top of Page
Top of Page