Revelation 8
Orthodox Hasidic Yiddish Bible
התג'8

ח און ווען דאָס שֶה האָט געעפנט די 7ער חַתִימה, איז געקוּמען אַ שטילקייט אין שָמַיִם אַרוּם דעם מֶשֶך פוּן אַ 1/2 שָעה. 2 און איך האָבּ געזען די 7 מַלאָכים, וואָס שטייען פאַר ה'; און עס איז זיי געגעבּן געוואָרן 7 שוֹפרות. 3 און אַן אַנדערער מַלאך איז געקוּמען און איז געשטאַנען בּיי דעם מִזבֵּחַ, און ער האָט געהאַט אַ פייַערפאַן פון זָהָב; און עס איז אים געגעבּן געוואָרן אַ סַך קטוֹרֶט, כּדי ער זאָל עס צוּגעבּן צוּ די תּפִילות פוּן אַלע קדוֹשִים אויף דעם מִזבֵּחַ פון זָהָב, וואָס איז געווען פאַר דעם כּיסא-הכבוד; 4 און דער רויך פוּן דעם קטוֹרֶת מיט די תּפִילות פוּן די קדוֹשִים זענען אַרויפגעגאַנגען פאַר אלוקים פוּן דעם האַנט פון המַלאָך. 5 און דער מַלאך האָט גענוּמען די פייַערפאַן, און ער האָט זי אָנגעפילט מיט דעם אֵש פוּן דעם מִזבֵּחַ, און זי אַ וואָרף געטאַן אויף דער ערד; און סע זענען געקוּמען דוּנערן, און קוֹלות, און בּליצן, און אַן ערדציטערניש. 6 און די 7 מַלאָכים, וואָס האָבּן געהאַט די 7 שוֹפרות, האָבּן זיך מֵכין געווען צוּ בּלאָזן. 7 און דער 1ער מַלאך האָט געבּלאָזן: און עס איז געקוּמען האָגל און אֵש, אויסגעמישט מיט דָּם, און זיי זענען געוואָרפן געוואָרן אויף דער ערד, און 1/3 פוּן דער ערד איז פאַרבּרענט געוואָרן, און 1/3 פוּן די בּיימער איז פאַרבּרענט געוואָרן, און דאָס גאַנצע גרינע גראָז איז פאַרבּרענט געוואָרן. 8 און דער 2ער מַלאך האָט געבּלאָזן: און עס איז געווען ווי אַ גרויסער הָר, וואָס בּרענט מיט אֵש, וואָלט אַרייַנגעוואַרפן געוואָרן אין יַם אַריין; און 1/3 פוּן דעם יַם איז געוואָרן דָּם. 9 און עס איז נִפְטָר 1/3 פוּן די לעבּעדיקע בּאַשעפענישן אין יַם, און 1/3 פוּן די שיפן איז צעשטערט געוואָרן. 10 און דער 3ער מַלאך האָט געבּלאָזן: און אַ כּוֹכָב גדול איז געפאַלן פוּן שָמַיִם, וואָס האָט געבּרענט ווי אַ פאַקל, און ער איז געפאַלן אויף 1/3 פוּן די טייכן און אויף די קוואַלן וואַסער. 11 און דער נאָמען פוּן דעם כּוֹכָב ווערט אָנגערוּפן ווערמוּט; און 1/3 פוּן די וואַסערן איז געוואָרן ווערמוּט; און אַ סַך מענטשן זענען נִפְטָר פוּן די וואַסערן, מחמת זיי זענען געמאַכט געוואָרן בּיטער. 12 און דער 4ער מַלאך האָט געבּלאָזן: און 1/3 פוּן דער שֶמֶש האָט געקריגט אַ זעץ, און 1/3 פוּן דער לבָנה, און 1/3 פוּן די כּוֹכָבִים, כּדי 1/3 פוּן זיי זאָל פאַרפינצטערט ווערן, און דער יוֹם זאָל נישט שיינען אין זיין 1/3 טאָג, און 1/3 פון די לַיְלָה. 13 און איך האָבּ געזען, און איך האָבּ געהערט אַן אָדלער פליגן אין מיטן הימל, און זאָגן מיט אָ קוֹל גדול: ווייֵ, ווייֵ, ווייֵ צוּ די, וואָס וואוינען אויף דער ערד, פוּנוועגן די אַנדערע קוֹלות פוּן דעם שוֹפר פוּן די 3 מַלאָכים, וואָס דאַרפן נאַך בּלאָזן.

THE ORTHODOX HASIDIC YIDDISH BIBLE
Copyright © 2015-2016
by Artists for Israel International.

All rights reserved
OrthodoxJewishBible.org
Used by permission.

Bible Hub
Revelation 7
Top of Page
Top of Page